טראמפ שיקט א מעסעדזש צו רעפובליקאנער סענאטארן: איך בלייב אינעם פארטיי

נאכדעם וואס האבן צירקולירט קלאנגן אין די לעצטע וואכן איבער די מעגליכקייט אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו עפענען א נייע פאליטישע פארטיי, מיט שפעקולאציעס אז עס וועט הייסן די ׳פאטריאטן פארטיי׳ האט א ווארטזאגער פאר׳ן געוועזענעם פרעזידענט קלארגעשטעלט אז ער פלאנט נישט צו אפטרעטן. זיין פאליטישער ראטגעבער ברייען דזשעק האט אפגעהאלטן א טעלעפאון געשפרעך מיט סענאט רעפובליקאנער און געזאגט אז ״פרעזידענט טראמפ איז נאך אלס אין שפיץ פון די רעפובליקאנער פארטיי״ – פילע סענאטארן האבן דאס געזען אלס א מעסעדזש צו שטיצן דעם פרעזידענט ווען עס קומט צום איפיטשמענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל