נאך א וואך פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען איבער א רעזאלוציע פאר׳ן קומענדיגן סענאט וועלכע איז אייניג צוטיילט האט מעקאנעל געמאלדן אז ער איז מוותר אויף זיין פארלאנג אז דעמאקראטן מוזן אונטערשרייבן אז זיי וועלן נישט טשעפען מיט׳ן פיליבאסטער. ער האט אנגעגעבן די סיבה דערפאר וויבאלד צוויי דעמאקראטישע סענאטארן האבן אים פארשפראכן אז זיי וועלן נישט שטימען מיט זייער פארטיי אויף צו אפשוואכן דעם פיליבאסטער. דערמיט איז אוועקגענומען געווארן דער הויפט שטרויכלונג און דער סענאט איז ערווארטעט צו אריבערפירן דעם ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע.׳
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה