די ווייסע הויז פרעסע סעקערטארין דזשען פסעקי האט נעכטן געזאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט צו ווייטער גיין מיט א פלאן פון די אבאמא אדמיניסטראציע צו אראפנעמען ענדרו דזשעקסאן פונעם צוואנציגער באנקנאט און אים ערזעצן מיט די אנטי-קנעכטשאפט קעמפערין העריעט טובמאן. טראמפ׳ס טרעזשורי סעקערטאר סטיוו מענוטשין האט געהאט געזאגט אז דער פלאן וועט אפגעלייגט ווערן ביז 2026, אבער די ביידען אדמיניסטראציע וועט מעגליך צואיילן דעם פראצעדור. פילע קריטיקירן די פאקט אז דזשעקסאן איז אויף דעם באנקאנט און ווייזן אן אז ער האט געהאט קנעכט און איבער זיין ברוטאליטעט קעגן די אינדישע שבטים אין אמעריקע. לויט געוויסע פלענער וועט דזשעקסאן נאך אלס פיגורירן אויף די אונטערשטע זייט פונעם באנקנאט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה