פוטין ווארנט איבער ״אומלעגאלע״ פרא-נאוואלני פראטעסטן געפלאנט דעם זונטאג

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן אפגעהאלטן א זעלטענע פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע ער האט געווארנט רוסישע בירגער פון אפהאלטן פראטעסטן וואס ער האט אנגערופן ״אומלעגאל״ – ער האט געווארנט אז דאס קען ברענגן כאאס אין לאנד און געזאגט אז ער וועט עס נישט טאלערירן. ער האט אויך עפנטליך געלייקנט די אויפדעקונג פון נאוואלני אז ער פארמאגט א מולטי-ביליאן דאלערדיגן פאלאץ אויפ׳ן שווארצן ים ״דער פאלאץ באלאנגט נישט צו מיר און האט קיינמאל נישט באלאנגט צו מיר״. האט ער געזאגט. פילע זעען די פאקט אז פוטין באציהט זיך עפנטליך דערצו אלס א צייכן אז ער איז באזארגט איבער די שטייגנדע פאפולאריטעט פון נאוואלני. דאס ווייסע הויז האט נעכטן אויך ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז זי פארלאנגט פון רוסלאנד די באלדיגע באפרייאונג פון נאוואלני.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל