״הימלישע באגעגעניש״ צווישן אנטי-חרדישער פאליטיקאנט און גדולי ישראל שליט״א

דער נאמען ׳יאיר לפיד׳ רופט נישט ארויס קיין גרויס ליבשאפט ביי חרד׳ישע אידן. ער האט געבויעט זיין פאליטישע קאריערע אויף שימפן קעגן דעם יהדות החרדית. זיין פארטיי ׳יש עתיד׳ שטייט אויפ׳ן פראנט פון אלע גזירות הגיוס און גזירות קעגן חינוך. אבער נעכטן האט די השגחה פרטית געפירט צו אן אינטרעסאנטע באגעגעניש צווישן דעם פאליטיקאנט און עטליכע גדולי ישראל וועלכע האבן זיך געפונען אינאיינעם מיט אים אינעם ערשטן קלאס פון א פליגער פון ניו יארק קיין ארץ ישראל. אויפ׳ן פליגער האבן זיך געפונען הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט״א דער ראש ישיבה פון די וועלטס גרעסטע ישיבה - ישיבת מיר, און אזוי אויך כ״ק אדמו״ר מקארלין שליט״א. באריכטן האבן צירקולירט אז עס זענען פארגעקומען שמועסן צווישן זיי, אבער מיר קענען עס נישט באשטעטיגן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל