איינע פון די צוזאגן פון פרעזידענט טראמפ איז געווען צוריקצוברענגן פעדעראלע טויט שטראף נאך 17 יאר וואס די פעדעראלער רעגירונג האט נישט אויסגעפירט למעשה קיין טויט שטראפן. אין די לעצטע טעג פון די אדמיניסטראציע האט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסגעפירט 13 ארעסטאנטן צום טויט, און דערמיט האט ער געבראכן א רעקארד אלס די אדמיניסטראציע צו דורכפירן די מערסטע טויט שטראפן אין 120 יאר. עס איז ווערד צו באטאנען אז טראמפ האט שוין פאר לאנגע יארן קאמפיינט צו צוריקברענגען טויט-שטראף אויך אין ניו יארק סטעיט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה