ביידען אדמיניסטראציע האט גרייט צענדליגע ׳עקזעקיוטיווע דעקרעטן׳ צו אונטערשרייבן

פרעזידענט-עלעקט ביידען טרעט אריין אין אמט אין איינע פון די שווערסטע צייטן אין די אמעריקאנער היסטאריע, פאליטיש און עקאנאמיש, זיין 'טראנזישאן שטאב' האט אנאנסירט אן אמביציעזע '10 טאג'יגע פלאן' פון שריט וואס ער וועט נעמען באלד ביים אריינטרעטן אין אמט. דער שטאב האט שוין גרייט צענדליגע עקזעקיוטיווע דעקרעטן גרייט צום אונטערשרייבן באלד ווי ער נעמט איבער די לייצעס. דאס נעמט אריין: ענדיגן דעם עמיגראציע פארבאט פון מוסלעמענער לענדער, צוריק זיך אנשליסן אין די פאריזער קלימאט-טויש אפמאך, א מאסקע פארלאנג אין פעדעראלע געביידעס, באנייען דעם דאק״א פראגראם פאר אימיגראנטן און געבן פאר 11 מיליאן אימיגראנטן א "וועג צו בירגערשאפט" – און נאך פארשידענע קאמפיין צוזאגן וואס ער וועט פרובירן צו אדרעסירן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל