Photo Credit: Star Tribune

אן איינשווערונג פון אן אמעריקאנער פרעזידענט ווערט געווענליך געטון מיט גרויס פאמפע און פאראדע, אבער דער בעפארשטייענדע איינשווערונג וועט זיין גאר אנדערש, סיי צוליב קאוויד-19 און סיי צוליב די זיכערהייטס צושטאנד אין לאנד נאך די ראיאטן אויף קאנגרעס. פרעזידענט-עלעקט ביידען האט געבעטן פון זיינע שטיצער צו מיטהאלטן די איינשווערונג פונדערהיים, און א גאנץ קליינע פארזאמלונג איז ערווארטעט דעם מיטוואך פארמיטאג פארנט פונעם קאפיטאל געביידע ווען ער וועט ווערן איינגעשוואוירן און געבן זיין איינשווערונגס רעדע. אזוי אויך דער טראדיציאנאלע פאראדע אז דער נייער פרעזידענט פארט אראפ פענסילוועניע עוועניו צו באגריסן די מאסן וועט איינגעצוימט ווערן צו בלויז עטליכע רעגירונג פארשטייער אויף יעדע גאס. וויצע-פרעזידענט מייק פענס איז ערוואטרעט זיך צו באטייליגן, אבער פרעזידענט טראמפ וועט זיין אפוועזנד, זייענדיג דער פערטער מאל אין אמעריקאנער היסטאריע וואס א פרעזידענט באטייליגט זיך נישט אינעם איינשווערונג פון א נאכפאלגער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל