אונטער קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט דייטשלאנד גענאסן אין די לעצטע 15 יאר שטארקע עקאנאמישע און פאליטישע סטאביליטעט, אבער די קאנצלערין גרייט זיך צו ענדיגן איר טערמין און די גאנצע וועלט קוקט צו דייטשלאנד צו זען ווער עס וועט איבערנעמען א פירערין וועלכע ווערט געזען אלס אן היסטארישע פיגור און רעספעקטירטע פירערין איבער די וועלט. אין די לעצטע טעג האט איר פארטיי ערוועלט ארמין לאסשעט אלס פירער פון די פארטיי אין בעפארברייטונג צו די אלגעמיינע וואלן אין סעפטעמבער און ער ווערט געזען אלס ווארשיינליכער נאכפאלגער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה