סענאט אין טאטאלע גרידלאק: דעמאקראטן און רעפובליקאנער האלטן נישט ביים אויפגעבן אין געראנגל ארום פיליבאסטער

יעדע סענאט פירט דורך אן ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע׳ – דאס איז א דאקומענט וואס שטעלט אוועק די ליניעס וויאזוי די סענאט וועט אפערירן אין די קומענדיגע פיר יאר. געווענליך איז דאס אן איינפאכע פראצעדור, די מערהייט קריגט די אויבערהאנט אין פירן די קאמיטעען און עס שטעלט אוועק די מערהייט וואס מען דארף האבן פאר אן אפשטימונג א.א.וו.

אויף צו דורכפירן דעם ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע׳ פעלט זיך אויס זעכציג סענאטארן, און געווענליך וועט די מינאריטעט פארטיי שטיצן די רעזאלוציעס וואס ווערט ארויסגעשטעלט דורך די מערהייט, אבער יעצט ווען דער סענאט איז כמעט אייניג צוטיילט און דעמאקראטן האבן דעם מערהייט בלויז א דאנק וויצע פרעזידענט העריס, האט מען זיך אנעשטויסן אין א שוועריגקייט.

דעמאקראטן זענען אנטשלאסן צו פטור ווערן פונעם ׳פיליבאסטער׳ מיט די טענה אז עס פארשווערט צו דורכפירן סיי וועלכע פארשריט. דער ׳פיליבאסטער׳ איז אמאל באנוצט געווארן גאר זעלטן, אבער רעפובליקאנער האבן אונטער פרעזידענט אבאמא עס אנגעהויבן נוצן רעגלמעסיג קעגן יעדע פארשלאג וואס זיי האבן נישט געגליכן.

דעמאקראטן זאגן אז פרעזידענט אבאמא האט נישט געקענט דורכפירן גארנישט צוליב דעם פיליבאסטער און ווארענען אז אויב ענדיגט מען דאס נישט וועט פרעזידענט ביידען אויך נישט קענען אדורכפירן קיין שום רעזאלוציע אינעם סענאט, אבער רעפובליקאנער האלטן נישט ביים אויפגעבן אויף דעם רעכט.

די רעפובליקאנער האבן זיך אן עצה געגעבן מיט׳ן דעמאקראטישן ׳פיליבאסטער׳ דורך נוצן דעם ׳נוקלעארע אפציע׳ וואס ערלויבט בלויז 51 שטימען צו איבערקומען דעם פיליבאסטער, (דורך אריינלייגן א פראוויזיע אינעם ביל אז דאס איז ריקאנסיליעישן און פארבינדן צום בודזשעט) אבער אצינד פארלאנגט מעקאנעל פון דעמאקראטן צו אריינלייגן אינעם ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע׳ אז זיי וועלן דאס נישט טון. און דעמאקראטן האלטן נישט ביים אויפגעבן.

וואס איז א פיליבאסטער?
ווען מען ברענגט א ביל אדער רעזאלוציע צום סענאט ווערט אפגעהאלטן א דעבאטע ארום דעם געזעץ. דער געזעץ זאגט אז אויף צו ענדיגן א דעבאטע און גיין צו אן אפשטימונג פעלט זיך אויס 60 סענאטארן וועלכע זאלן באשטעטיגן אז מען האט אויסגעהערט אלע זייטן און מען קען גיין שטימען.

אויב איין זייט האלט נישט ביים ענדיגן דעם דעבאטע ווערט דאס אנגערופן א ׳פיליבאסטער׳ – דאס איז א טאקטיק וואס איז אמאל גענוצט געווארן בלויז אין גאר עקסטרעמע פעלער, אבער אין די לעצטע יארן האט מען עס אנגעהויבן נוצן אויף א פארטייאישע אופן, אין די לעצטע צוואנציג יאר זענען פארגעקומען מער ׳פיליבאסטערס׳ ווי אין די גאנצע היסטאריע פונעם סענאט קאמבינירט.

די נייע מהלך פון נוצן דעם פיליבאסטער אויף א רעגלמעסיגע פארנעם האט זיך אנגעהויבן אין די ערשטע יארן פון פרעזידענט אבאמא, טראץ וואס דעמאקראטן האבן קאנטראלירט ביידע הייזער האט דער מינאריטעט פירער מיטש מעקאנאל גענוצט דעם פיליבאסטער כמעט אויף יעדע זאך וואס די רעפובליקאנער האבן זיך קעגנשטעלט.

די דעמאקראטן האבן דאס איבערגענומען ווען זיי זענען אריין אין די מינאריטעט און דערמיט אפגעשטעלט פרעזידענט טראמפ׳ס אגענדע, פרעזידענט טראמפ האט טאקע כסדר געשריגן אז מען דארף עלימינירן דעם פיליבאסטער, און פרעזידענט אבמא האט עפנטליך מסכים געווען דערצו, זאגנדיג אז דאס שאפט ענדלאזע ׳גרידלאק׳ אין וואשינגטאן.

צו קען מען ענדיגן דעם פיליבאסטער?
דער געזעץ אויף וועלכע דער פיליבאסטער איז באזירט איז נישט פונעם ארגינעלן קאנסטיטוציע, אבער עס פאדערט גאנצע צוויי-דריטל צו ענדיגן דעם פיליבאסטער און ווי עס שיינט וועט קיין איין פארטיי נישט באווייזן עס צו גענצליך עלימינירן, אבער עס זענען דא פארשידענע וועגן צו ׳אויסקרויזן׳ דעם פיליבאסטער וויבאלד געוויסע געזעצן קענען גיין פאראויס מיט א איינפאכע מערהייט, א שטייגער ווי פעדעראלע נאמינאציעס,און אזוי אויך ׳ריקאנסיליעישן׳ וואס מיינט בודשעט פארהאנדלונגען.

די רעפובליקאנער האבן פילע מאל זיך באנוצט מיט טאקטיקן צו אויסקרויזן דעם פיליבאסטער, אבער יעצט ביים שרייבן דעם ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע׳ פארלאנגן זיי פון דעמאקראטן צו אריינלייגן געוויסע סעיפים וועלכע וועלן פארזיכערן אז זיי געניסן פון די פיליבאסטער רעכטן, און דערווייל קומען פאר דערוועגן דעבאטעס שוין איבער א וואך. דעמאקראטן ווילן נאכמער איינצוימען דעם פיליבאסטער, און רעפובליקאנער ווילן דאס נאכמער אויסברייטערן.

פרעזידענט ביידען האט ביים קאמפיינען אין די דעמאקראטישע פריימעריס געזאגט אז ער איז קעגן גענצליך ענדיגן דעם פיליבאסטער, אבער נאכדעם וואס רעפובליקאנער האבן גענוצט פרעצעדענטאלאזע טאקטיקן צו דורכשטופן דעם נאמינאציע פון א קאנסערוואטיווע ריכטערין מיט בליץ שנעלקייט האט ער געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג און וויל באטראכטן מיטלן צו איינצוימען דעם פיליבאסטער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל