אימפיטשמענט קומט אן צום סענאט היינט אוונט; רוב רעפובליקאנער וועלן שטימען דערקעגן

דעמאקראטן וועלן היינט ׳אריבערטראגן׳ דעם אימפיטשמענט רעזאלוציע צום סענאט וואו די סענאטארן וועלן – לויט׳ן געזעץ – באשטימען אויב זיי ווילן פאראורטיילן פרעזידענט טראמפ אדער אים ריינוואשן איבער זיין ראלע אין די ראיאטן.

טראצדעם וואס אין די ערשטע טעג נאכ׳ן איבערקערעניש האבן פילע רעפובליקאנער סענאטארן אים אפענערהייט פארדאמט זאגן יעצט רוב רעפובליקאנער אז זיי וועלן אים ריינוואשן, ווארשיינליך צוליב דעם וואס טראמפ האלט נאך אן זיין פאפולאריטעט אינעם פארטיי.

״דאס איז נאריש און קאנטער-פראדוקטיוו״ זאגט סענאטאר מארקא רוביא, און אזוי אויך נאך רעפובליקאנער, זיי זאגן נישט אז טראמפ איז אומשולדיג אבער טענה׳ן אז נאך אן אימפיטשמענט וועט בלויז מער צוטיילן דאס לאנד.

דער איינציגער רעפובליקאנער וואס האט קלארגעשטעלט וויאזוי ער וועט שטימען איז סענאטאר מיט ראמני ״מען קען זיך נישט פאראייניגן און גיין פאראויס אויב די וועלכע האבן אנגעברענגט דעם שאנדע צאלן נישט קיין פרייז״ זאגט ראמני.

ווי עס שיינט וועט טראמפ נישט ווערן ריינגעוואשן אזוי ווי אין די פאריגע אימפיטשמענט, און אזוי אויך נישט קלאר באשולדיגט (וואס דערפאר פעלט זיך אויס צוויי-דריטל סענאטארן) – עס בלייבט  אויך א דעבאטע אויב עס איז אויסגעהאלטן צו אימפיטשן עמיצער וואס איז שוין נישט אין אמט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל