פרעזידענט ביידען שרייבט אונטער "קויפן אמעריקאנער פראדוקטן" עקזעקיוטיווער דעקרעט

פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיווע דעקרעט וועלכע שטעלט צו 400 ביליאן דאלער אין פעדעראלע געלטער אויף צו מוטיגן דאס קויפן פראדוקטן וועלכע ווערן געמאכט אין אמעריקע.

צווישן אנדערע וועט דער דעקרעט פארלאנגן אז פראדוקטן וואס ווערן געשיקט צווישן אמעריקאנער פארטן דארפן געשיקט ווערן אין אמעריקאנער-פאבריצירטע שיפן, אז דער פעדעראלער רעגירונג וועט קויפן בלויז פראדוקטן וואס ווערן געמאכט אין אמעריקע און ווי אויך שענקן פעדעראלע געלטער צו העלפן שניידן רעגולאציעס אויף צו אוועקשטעלן ׳סופליי טשעין׳ אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו אויסלענדישע פראדוקטן אין עמערדשענסי פעלער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל