סענאטאר ראב פארטמען וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג

דער רעפובליקאנער סענאטאר ראב פארטמאן פון אהייא האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג ווען זיין טערמין ענדיגט זיך אין 2022. פארטמאן, א מעסיגער רעפובליקאנער, זאגט אז דער סענאט איז אין צופיל ׳גרידלאק׳ צוליב פארטייאישע אמפעריי און ער קען נישט אויפטון גענוג, ער האט אויך געזאגט אז ער וועט ארבעטן ביז זיין טערמין ענדיגט זיך צו דורכפירן אומפארטייאישע דערגרייכונגען און וועט העלפן פרעזידענט ביידען מיט׳ן דורכפירן עקאנאמישע רעפארמען צו העלפן דאס לאנד ארויסקריכן פון די עקאנאמישע קריזיס. זיין רעזיגנאציע איז ערווארטעט צו ברענגען א היציגע פארמעסט צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן אין אהייא איבער זיין סענאט זיץ.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל