די געוועזענע פרעסע סעקערטארין פון פרעזידענט טראמפ סערע האקאבי-סאנדערס האט געמאלדן אז זי לויפט פאר גאווערנער אין ארקענסעס, א פאזיציע וועלכע איז אמאל ערפולט געווארן דורך פרעזידענט קלינטאן. אינעם ווידעאו וואס זי האט ארויסגעלייגט צו אנאנסירן איר קאמפיין זאגט זי ״מיט די ראדיקאל-לינקע וואס קאנטראלירן וואשינגטאן מוזן מיר האבן א גאווערנער וואס באשיצט אונזערע אינטערעסן״ און זי ברענגט אויך אויף די ווילדע פראטעסטן און די איבערפאל אויפ׳ן קעפיטאל געביידע זאגנדיג ״מיר מוזן זיך קעגנשטעלן געזעצלאזיגקייט פון אלע פראנטן״ זי איז ערווארטעט צו אינדארסירט ווערן דורך פרעזידענט טראמפ וועלכער האט געווינען דעם סטעיט מיט 62 פראצענט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה