די קאנאדישער-אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמע ׳דאמיניאן׳ וועלכע פראדוצירט טייל פון די אמעריקאנער וואל-מאשינען האט איינגערייכט א קלאגע קעגן דעם געוועזענעם מעיאר רודי דזשוליאני פאר׳ן איר באשמוצן און זאגן אז זייערע מאשינען האבן געטוישט שטימען פון טראמפ צו ביידען. זיי פארלאנגן פון דזשוליאני 1.3 ביליאן דאלער אין אנטשעדיגונגס געלטער פאר׳ן פראפאגאנדיזירן א ליגנט אז די פירמע באלאנגט צו די ווענעזועלער רעזשים. אינעם אנקלאגע צום וואשינגטאן די.סי. פעדעראלער געריכט טוען זיי ארויסלייגן צענדליגע פעלער אין וועלכע ער האט איבערגע׳חזר׳ט דעם ליגנט. דאמיניאן זאגט אז דאס האט זיי געברענגט ערנסטע שאדנס טראץ וואס די באשולדיגונגען זענען גרונדלאז.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה