׳בריטישע וואריאציע׳ איז טויטליכער און מער שעדליך; מענטשן וואס האבן שוין געהאט קענען דאס קריגן נאכאמאל

וויסנשאפטלער אינעם ׳סי-די-סי׳ – צענטער פאר דיזיז קאנטראל האבן געמאלדן אז ווי עס שיינט איז דער פרישער וואריאציע פונעם ׳קאראנע׳ וויירוס, וועלכע שטאמט פון בריטאניע, שעדליכער פון די פריערדיגע ווערסיע פונעם וויירוס, אויסער דעם וואס עס איז מער אנשטעקיג. און איינגעשטעלטע אין די ביידען אדמיניסטראציע זאגן אז זיי זענען ״אלאמירט״ איבער די פרישע ציפערן, וואס פילע דערפון קען מען נאכנישט ארויסגעבן פאר די עפנטליכקייט.

בריטישע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די ערשטע ציפערן צייגן אז פון ארום 1% פאטאיליטעט (וואס מיינט אז פון יעדע טויזנט וועלן צען מענטשן שטארבן ה״י) פארמאגט דער נייער וואריאציע א פאטאליטעט ראטע פון ארום 1.4% (וואס מיינט ארום 14 פון יעדע טויזנט.) און דער ריזיקע שטייגט ווען עס קומט צו עלטערע מענטשן.

מען איז אויך באזארגט אז דער נייער וואריאציע איז שעדליכער פאר יונגערע מענטשן און פרויען, און מער הערט טאקע אין די לעצטע טעג אין ארץ ישראל און אויך אין ניו יארק פון פילע פעלער פון יונגערע מענטשן און יונגע מאמעס וועלכע זענען אין א קריטישע צושטאנד ה״י. און עס הערשט נאך א שטיקל אומקלארקייט ווי ווייט דער וואקסין העלפט פאר די נייע וואריאציעס.

א ווארטזאגער פאר׳ן סי-די-סי זאגט אז מען האט געטראפן דעם וואריאציע אין אמווייניגסטנס 22 שטאטן אין אמעריקע, אבער די ריכטיגע ציפער איז ווארשיינליך פיל העכער וויבאלד רוב דאקטוירים און שפיטעלער קענען נישט קלאר באשטעטיגן וועלכע וואריאציע דאס איז, וויבאלד דאס פאדערט גאר פארגעשריטענע לאבארטאריע געצייג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל