פראטעסטן באנייט אין רוסלאנד: טויזנטער ארעסטירט - אמעריקע פארדאמט פוטין‘ס רעזשים

איבער 4,500 זענען ארעסטירט געווארן אין א פרישע כוואליע פון פראטעסטן אין רוסלאנד, מיט ריזיגע פראטעסטן פון צענדליגע טויזנטער אין די גרויסע שטעט ווי מאסקווע און סענט-פעטערסבורג. די פראטעסטן קומען פאר אין ליכט פון די ארעסט פונעם אפאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני, און צווישן די ארעסטירטע איבער די פראטעסטן ציילט זיך זיין ווייב און עטליכע משפחה מיטגלידער. דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט אנטאני בלינקען האט שארף פארדאמט רוסלאנד איבער די ברוטאלע טאקטיקן קעגן די פראטעסטירער און גערופן פאר די באלדיגע באפרייאונג פון נאוואלני.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל