ברעסלאווער חסידים נעמען אויף מיט פארגעניגן דעם געדאנק אז אומאן וועט מעגליך קריגן איר אייגענעם לופטפעלד און פארגרינגערן פאר הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט צו אנקומען צום נחל נובע מקור חכמה גרינגערהייט. לויט דעם פארשלאג וואס רופט זיך ”דער קליינער ירושלים“ און ליגט אויפ‘ן טיש פונעם אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי וועט די רעגירונג אינוועסטירן ביליאנען אין אינפרעסטרוקטור און פארשענערן דעם שטאט און די אומגעגנט. דער רעגירונג וועט ארבעטן מיט אינוועסטירער צו אויפבויען א לופטפעלד און האטעלן וועלכע וועלן פארוואנדלט דעם געגענט אין א טוריזם צענטער. עס נעמט אריין אויפבויען בעסערע אפלויף און וואסער קאנאלן, בעסערע גאסן און שאסייען, שפיטעלער און ריזיגע זאלן, מוזעאום‘ס און פארוויילונגס צענטערן און איבער אלעמען א לופטפעלד מיט באן פארבינדונגען ביז צום צענטער פון שטאט און צום ציון. א ווארטזאגער פאר‘ן אוקראינער רעגירונג זאגט אז דער רעגירונג נעמט אין באטראכט אז אין די קומענדיגע צענדליגע יארן וועלן וואקסן די צאל באזוכער צו די מיליאנען און מען דארף זיין גערישט דערויף.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה