שלשת המאורות הגדולים: כלל ישראל פארלירט דריי גדולי ישראל אין איין טאג

אלע דריי אומגעקומען פון די ביטערע מגפה פון קאראנע ה"י

הגאון הגדול רבי משולם דוד סאלאווייטשיק זצ“ל - ראש ישיבת בריסק

דער לעצטער זון פונעם בריסקער רב זצ“ל וועלכער איז געבוירן געווארן אין יאר תרפ“ב אין שטאט בריסק, ער איז געווען באקאנט מיט זיין אויסטערלישע יראת שמים און דקדוק בהלכה, זיין גרויסער פאטער פלעגט מפליא זיין די יראת שמים און אמונה פשוטה פון אים נאך פון אלס יונג קינד. ער האט מרביץ תורה געווען אין זיין ישיבה ביז צום טיפן עלטער פון 99 יאר אלט און האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים. אין די לעצטע פאר יאר איז ער געווען שוואך, אין די לעצטע וואכן איז ער ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט‘ן מגפה און דער מצב האט זיך פארארגערט אין די לעצטע טאג און ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה מוצאי שבת. טויזנטער האבן זיך באטייליגט ביי די לווי‘ וואס איז ארויס פון בריסקער ישיבה אויף רחוב עלי הכהן ביז צום הר המנוחות וואו ער איז נטמן געווארן נעבן זיין גרויסן טאטן.

הגאון הצדיק רבי יצחק שיינער זצ“ל - ראש ישיבת קאמעניץ

דער קאמעניצער ראש ישיבה איז געבוירן געווארן אין פיטסבורג פאר‘ן צווייטן וועלטס-קריג צו עלטערן וועלכע זענען אנטלאפן פון פוילן. זייענדיג א יונגער עילוי האבן זיי אים געשיקט צום ’ישיבת רבי יצחק אלחנן‘ און ער האט געלעכצט פאר מער א ישיבה‘שער מקום תורה און ער איז אריבער קיין ’תורה ודעת‘ צום גאון רבי שלמה היימאן זצ“ל. דער קאמעניצער ראש ישיבה הגאון רבי משה בערנשטיין ז“ל האט אים גענומען פאר אן איידעם און ער איז ארויף קיין ארץ ישראל וואו זיי האבן אינאיינעם אויפגעשטעלט די קאמעניצער ישיבה אין ירושלים. ער איז געווען צלול בדעתו ביז לעצטנס, און מיט צוויי וואכן צוריק האט ער זיך באטייליגט ביי אן עצרת תפלה וואו ער איז ליידער געווארן אנגעשטעקט און זיין מצב האט זיך פארערגערט, ער איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 98 יאר נעכטן נאכט און זיין לווי‘ איז ארויס היינט פון קאמעניצער ישיבה אין ירושלים.

הגאון הצדיק רבי אברהם יושע העשל טווערסקי זצ“ל - דער רופא נפשות

ער איז געבוירן אין מילוואקי צו זיין פאטער כ“ק אדמו“ר מהארנסטייפל זצוק“ל, אן איידעם פון הגה“ק רבי בנציון מבאבוב זצוק“ל. ער האט אויסער זיין חינוך אין תורה וחסידות אויך שטודירט מעדיצין און פסיכאלאגיע און האט געשריבן איבער 60 חיבורים אויף ענייני תורת הנפש אין וועלכע ער האט גענוצט סיי די היינטיגע וויסנשאפט און סיי ענייני תורה וחסידות. ער איז געווען וועלט בארימט מיט זיין חכמה און צדקות, און איינע פון די וועלטס גרעסטע עקספערטן איבער ’אדיקציע‘ און וויאזוי זיך צו דערווייטערן פון שלעכטע סובסטאנצן און געוואוינהייטן, און ער האט מקדש שם שמים געווען מיט זיין באנעמונג. אזוי אויך איז ער געווען א בארימטער בעל מנגן, און זיין ניגון ”הושיעה את עמך“ איז שטארק אויפגעכאפט. אין די לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין ירושלים וואו ער האט געהאט אויפגעשטעלט דעם מוסד ”שער התקווה“ צו רעהאביליטירן באפרייטע ארעסטאנטן, פילע פלעגן קומען בעטן א ברכה און זיך שואל עצה זיין. ער איז געווען קלאר און שארף ביז מיט עטליכע וואכן צוריק ווען ער אנגעשטעקט געווארן מיט קאראנע און איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאר. 


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל