עס זענען ארויפגעשווימען אין די לעצטע טעג באמערקונגען פון די עקסטרעמע קאנגרעספרוי מארדשערי טעילאר גרין וואס זי האט געשריבן אויף איר פעיסבוק אין 2018 אין וועלכע זי לייגט ארויס א קאנספעראטיווע טעאריע אז די "ראטשילד פאמיליע" איז געשטאנען אונטער די טויטליכע קאליפארניע וואלד פייערן וועלכע האבן פארניכטעט 150 טויזנט אקערלאנד, זי שרייבט אז זיי האבן זיך באנוצט מיט "לעזער שטראלן פון ספעיס" צו אונטערצינדן די פייערן. דאס איז בלויז איינס פון עטליכע אזעלכע קאמענטארן אין וועלכע זי האט זיך באנוצט מיט אנטיסעמיטישע און קאנספיראטיווע שפעקולאציעס אריינגערעכנט איבער סעפטעמבער 11 און די פארקלענד שולע שיסעריי.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה