כינע וועט נישט אנערקענען בריטישע פאספארטן פון האנג קאנג בירגער

אין ליכט פון די פרואוון פון די כינעזער רעזשים צו אוועקנעמען די זעלבסשטענדיגקייט וואס האנג קאנג פארמאגט, זינט אן אפמאך צווישן כינע און בריטאניע האט געשטעלט האנג קאנג אלס א סעמי-זעלבסשטענדיגע טעריטאריע, האט בריטאניע געמאלדן אז זי וועט שענקן וויזעס און בירגערשאפט פאר געוויסע האנג קאנג בירגער וואס זענען בארעכטיגט דערצו. די כינעזער רעזשים האט רעאגירט מיט אויפברויז זאגנדיג אז בריטאניע זוכט צו האבן "האנג קאנג'ערס אלס צווייטע קלאס בירגער" און געזאגט אז זי וועט נישט אנערקענען זייער בריטישע בירגעשאפט און פאספארטן, א זאך וואס קען פירן צו דיפלאמאטישע קאמפליקאציעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל