פרעזידענט ביידען האט נעכטן אנאנסירט אז זיין אדמיניסטראציע איז געקומען צו אן אפמאך מיט ׳פייזער׳ און ׳מאדערנע׳, די צוויי וואקסין פראדוצירער, צו פארטאפלן די צאל וואקסינען וואס זיי וועלן צושטעלן אין פרילינג מיט הונדערט מיליאן יעדע איינע. ברענגנדיג די טאטאלע צאל דאזעס צו 600 מיליאן, גענוג צו וואקסינירן רוב אמעריקאנער בירגער.  ביידען זאגט אז ער וויל אז 300 מיליאן אמעריקאנער זאלן זיין וואקסינירט ביז זומער.  ״מיר זענען אין א מלחמה, מיר זענען אגרעסיוו, מיר מוזן באזיגן דעם וויירוס״ האט דער פרעזידענט געזאגט. דאס קומט נאכדעם וואס ער האט נעכטן געמאלדן אז ער וויל העכערן די יעצטיגע ראטע פון וואקסינאציע פון 1.16 מיליאן טעגליך צו אנדערטהאלבן מיליאן.  גלייכצייטיג האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א קאנפערענץ מיט אלע גאווערנערס, און האט פארשפראכן אז נעקסטע וואך וועלן די סטעיטס קריגן 4.3 מיליאן פייזער וואקסינען און נאך 5.7 מיליאן ׳מאדערנע׳ וואקסינען, ״ביז יעצט האבן גאווערנערס נישט געוואוסט ווען און וויפיל וואקסינען זיי גייען באקומען, דאס איז אומאקצעפטירבאר״ האט ביידען געזאגט, און פארשפראכן בעסערע קאארדינאציע מיט די גאווערנערס.

פרעזידענט ביידען האט נעכטן אנאנסירט אז זיין אדמיניסטראציע איז געקומען צו אן אפמאך מיט ׳פייזער׳ און ׳מאדערנע׳, די צוויי וואקסין פראדוצירער, צו פארטאפלן די צאל וואקסינען וואס זיי וועלן צושטעלן אין פרילינג מיט הונדערט מיליאן יעדע איינע. ברענגנדיג די טאטאלע צאל דאזעס צו 600 מיליאן, גענוג צו וואקסינירן רוב אמעריקאנער בירגער.

ביידען זאגט אז ער וויל אז 300 מיליאן אמעריקאנער זאלן זיין וואקסינירט ביז זומער.  ״מיר זענען אין א מלחמה, מיר זענען אגרעסיוו, מיר מוזן באזיגן דעם וויירוס״ האט דער פרעזידענט געזאגט. דאס קומט נאכדעם וואס ער האט נעכטן געמאלדן אז ער וויל העכערן די יעצטיגע ראטע פון וואקסינאציע פון 1.16 מיליאן טעגליך צו אנדערטהאלבן מיליאן.

גלייכצייטיג האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א קאנפערענץ מיט אלע גאווערנערס, און האט פארשפראכן אז נעקסטע וואך וועלן די סטעיטס קריגן 4.3 מיליאן פייזער וואקסינען און נאך 5.7 מיליאן ׳מאדערנע׳ וואקסינען, ״ביז יעצט האבן גאווערנערס נישט געוואוסט ווען און וויפיל וואקסינען זיי גייען באקומען, דאס איז אומאקצעפטירבאר״ האט ביידען געזאגט, און פארשפראכן בעסערע קאארדינאציע מיט די גאווערנערס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל