פרעזידענט ביידען האלט אפ טעלעפאנישע געשפרעך מיט וולאדימיר פוטין

פרעזידענט ביידען האט נעכטן אפגעהאלטן זיין ערשטע טעלעפאנישע געשפרעך – אלס פרעזידענט - מיט׳ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. דאס ווייסע הויז האט עס באצייכנט אלס ׳פראדוקטיוו׳ און די קרעמעלין האט עס באצייכנט אלס ׳דירעקט און ביזנעס-גערעדט׳.

לויט׳ן טראנסקריפט וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן האט ביידען געזאגט פאר פוטין אז ער וועט זיין שטרענג ווען עס קומט צו באשיצן די אינטערעסן פון אמעריקע און אירע איליאירטע, און אז ביידע פירער האבן איינגעשטימט צו האלטן אן ״אפענע ליניע פון קאמיוניקאציע.״

ביידען האט אונטערגעשטראכן אמעריקע׳ס שטיצע פאר אוקראינע׳ס זעלבסשטענדיגקייט, פארדאמט העקעריי דורך די רוסישע סייבער-שפיאנאזש אגענטורן, און איבער באריכטן אז רוסלאנד האט באלוינט טאליבאנער פאר׳ן אומברענגען אמעריקאנער טרופן, אבער האט אויך געזאגט אז ער וויל אנהאלטן א דיאלאג.

פוטין האט קאנגראטלירט ביידען אויף זיין געווינס און ביידען האט געזאגט אז ער וויל באנייען אן אפמאך מיט רוסלאנד צו רעדוצירן די צאל נוקלעארע וואפן פון ביידע לענדער, און פארשטייער פון ביידע לענדער וועלן זיך טרעפן אין די קומענדיגע טעג צו איבערשמועסן די דיפלאמאטישע באציאונגען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל