אנטווערפענער רב שליט״א נעמט קאראנע טעסט אינאיינעם מיט׳ן בירגערמייסטער

נאכדעם וואס דער בירגערמייסטער פון אנטווערפן האט געלאזט הערן גאר שארפע ווערטער איבער דעם וואס דער היימישער ציבור אין אנטווערפן קאאפערירן נישט מיט די אנווייזונגען און די פארלאנגען צו זיך טעסטן האט דער אנטווערפענער רב, הרב רבי אהרן שיף שליט״א זיך פארבינדן מיט׳ן בירגערמייסטער און אנגעבאטן צו גיין אינאיינעם נעמען דעם טעסט צו צייגן א ביישפיל פאר יעדן איינעם און גלייכצייטיג נידערן די פלאמען פון שנאת ישראל וואס ווערן געפיטערט דורך די פרעסע וואס מאלן אראפ א פיינטליכע בילד און באשולדיגן די אידישע קהלה אין נישט קאאפערירן מיט די אינסטאנצן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל