עקסטרעמיסט וואס האט פרובירט אומצוברענגען 51 אידן ווערט גע'אורטיילט
(Photo Credit: Getty Images)

סטעפאן בליעט, אן אכט-און-צוואנציג יעריגע ווייסע עקסטרעמיסט, וועלכע האט פרובירט צו אויס'מארדן רח"ל א גאנצע בית המדרש פול מיט אידן די פארגאנגענע יום כיפור, אין דייטשלאנד, אבער איז ברוך השם דורכגעפאלן צוליב וואס ער האט נישט באוויזן צו עפענען די שווערע האלצערנע טיר פונעם שוהל, איז היינט (מאנטאג) גע'אורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

די עקסטרעמיסט, האט דורכאויס די אטאקע אומגעברענגט צוויי מענטשן. א 40 יעריגע פרוי, וועלכע איז געשטאנען פארענט פונעם שוהל, און א 20 יעריגער מאן, וועלכע ער האט אומגעברענגט אין א דערנעבנדיגע געשעפט, נאכדעם וואס ער האט נישט באוויזן זיך אריינצובאקומען אינעם בית המרדש. די צוויי קרבנות זענען נישט געווען קיין אידן. 

די געריכט האט ארויסגעגעבן די שטרענגע אורטייל, נאך וואס פולע דייטשע פעדעראלע פיגורן האבן גע'טענה'ט, אז די עקסטרעמיסט ברויך צו באקומען די שטרענגסטע שטראף וואס איז מעגליך, צוליב וואס אזא אטאקע איז נאכנישט געזען געווארן אין דייטשלאנד, זינט די צווייטער וועלט קריג.

איין-און-פופציג אידן האבן זיך דאן געפונעם אין בית המדרש און גע'דאווענט נעילה, ווען די אטאקירער האט זיך פרובירט אריינצובאקומען דורך די הויפט-טיר. 

די אטאקירער האט מודה געווען אויף די קלאגעס, כאטש וואס עס איז געווען פולע באווייז, זינט די עקסטרעמיסט האט אפגעכאפט די סצענע לייוו אויף די אינטערנעט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל