(Photo Credit: Nikkei Asia)
די נייע סטרעין, איז שוין באריכטעט געווארן פילצאליגע פעלער אין ענגלאנד, אבער איז נאכנישט באריכטעט געווארן דורך אנדערע לענדער. כאטש וואס עס איז נאכנישט קלאר אויב די נייע סטרעין איז מער טויטלעך, טוען שוין אבער געוויסע פארשונגען צייגן אז עס טוט זיך אריבערכאפן שנעלער.
עטליכע אייראפישע לענדער, ווי אויך קאנאדע, מדינת ישראל און נאך, האבן צוגעשפארט זייערע גרעניצן פאר ענגלאנד, צוליב די נייע סטרעין, ווי אויך האט די ענגלאנד'ישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן געמאלדן איבער א נייע לאקדאַון, רופענדיג די סטרעין "ארויס פון קאָנטראָל".
פיל פאליטישע פיגורן אין אמעריקע אריינגערעכנט ניו יארק'ער גאווערנער קאומא, זענען ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל אויך לייגן א טראוועל-פארבאט אויף ענגלאנד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה