(Photo Credit: AP News)
די טשעקלעך, וועט ווי די ערשטע סעריעס פון טשעקלעך, ווערן אויסגעטיילט צו די קליינע ביזנעסער וועלכע זענען געשלאגן געווארן פון די פענדעמיע, פאר די אמעריקאנער וועלכע האבן פארלוירן זייערע פאסטנס צוליב די שוואכע עקאנאמיע און פאר די העלט-קעיר ארבעטערס.
דער פרעזידענט-עלעקט דזשאו ביידען האט היינט אין א סטעיטמענט אנגערופן די הילף-פעקעדזש א "דאַון פעימענט", זאגענדיג אז ער גייט שיקן מער טשעקלעך נאך וואס ער ווערט איינגעשוואוירן די קומענדיגע מאנאט.
ווי ביידען זאגט, פלאנט ער צו שטיצן א ביל וועלכע וועט העלפן 300 מיליאן אמעריקאנער צו באקומען די קאראנע-וואקסין, פארגרעסערן טעסטינג, אבער האט צוגעלייגט אז די פונקטליכע סומע פון די קומענדיגע טשעקלעך וועט זיך ווענדן אויף די באשלוס פונעם קאנגערס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה