וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט עטליכע מינוטן צוריק פובליצירט א רעדע ווי ער טוט סטראשענען צו צושטערן די נייע קאנגרעס הילפס-ביל, וועלכע וועט ארויסהעלפן טויזענטער קליינע ביזנעסער און מיליאנען אמעריקאנער וועלכע האבן פארלוירן זייערע פאסטנס. ליינט מער איבער די ביל.

ווי פרעזידענט טראמפ זאגט, זאל יעדע סטימיולעס-טשעקל זיין כאטש 2,000 דאללער, און נישט ווי די איצטיגע ביל וועלכע טוט געבן בלויז $600.

אפדעיט: די קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאוסי האט געשריבן עטליכע מינוטן צוריק אין א טוויט, אז זי האט פרובירט צו געוואר ווערן דורך עטליכע רעפובליקאנע פיגורן וועלכע סומע פרעזידענט טראמפ וויל עס זאל זיין די טשעקלעך, אבער קיינער האט איר נישט געוואלט ענטפערן. פעלאוסי זאגט, אז זי וועט ברענגען די נייע ביל נאך די וואך צום קאנגרעס, וועלכע וועט אינהאלטן 2,000 דאלער'דיגע טשעקלעך.

זעהט פולע רעדע:
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל