לאגע מיט איראן ווערט ערנסטער
(Photo Credit: Navy Times)

דורך לוי מאיער

די אמעריקאנער מיליטער האט היינט געמאלדן אז זי האט אריינגעשיקט איר "דזשארדזשיע נוקלעארע סומבארין" באגלייט דורך צוויי באוואפנטע מיליטערישע שיפן אינעם האַרמוז וואַסער-וועג, צוליב די אנגעצויגנקייט צווישן איראן, וועלכע זיכט נקמה, נאך וואס מען האט גע'מארדעט איר גענעראל קאסאם סולימאני.

די האַרמוז וואַסער-וועג, איז א קורצע טייך צווישן די פערסישע גאלף און די אמאן גאלף. די צפון זייט פונעם טייך איז איראן און די דרום זייט איז די יונייטעד אראב עמירעטס. די טייך איז א גאר וויכטיגע טייך פאר פילע עקאנאמישע סיבות. איבערהויפט, צוליב וואס 25 פראצענט פון די וועלט'ס אויל ווערט טראנספארטירט דורך די טייך. די טייך איז א טייל פון איראן'ס טעראטאריע.

די מעלדונג, איז די ערשטע מאל אין די לעצטע אכט יאר, וואס די אמעריקאנער נעווי'ס פינפטע פלאטע טוט אנאנסירן פאר די פובליק אז זי וועט אריינשיקן א באאוואפנטע סומבארין אינעם הארמוז.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל