אן אינטערסאנטע פאקט ווערט באריכטעט דורך עטליכע נייעס קוועלער איבער די פונקט אז די טראמפ קאמפיין האט אראפגענומען וויצע פרעזידענט מייק פענס נאמען פון פארשידענע קאמפיין עדס. א באריכט פון די ווייסע הויז זאגט, אז דאס קומט צוליב וואס פענס האלט נישט פון די לעגאלע וואלן איבערקערענישן פון די טראמפ קאמפיין.

די נייעס קומט אויך אין די טעג וואס באריכטן דרייען זיך ארום אז פרעזידענט טראמפ פלאנט צו מעלדן זיין קאנדידאטור פאר 2024 ארום יאנוואר 20, און לויט די באריכטן פלאנירט ער זיך אפצולאזן פון פענס און נעמען סעקרעטערי אף סטעיט מייק פאמפעא אדער געוועזענע אמעריקאנער אמבאסאדער'טע ניקי העלי אויף זיין טיקעט. 

וויצע פרעזידענט פענס דערווייטערט זיך פון טראמפ
א לעצטיגע טראמפ קאמפיין עד. מערקט ווי די מייק פענס נאמען איז פארשוואונדן געווארן פונעם לאגא

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל