א ווידעא וועלכע איז היינט פארעפנטליכט געווארן צייגט, ווי עטליכע וואלן-ציילער אין דזשארדזשיע שלעפן ארויס פיהר רענצלעך פון אונטער א טיש נאך וואס זייער סופערווייזער האט געזאגט פאר יעדעם צו פארלאזן די אפיס.

די ווידעא איז פארעפנטליכט געווארן דורך די אָו-עי-ען (OAN) נייעס סטאנציע, וועלכע איז שטארק באקאנט צו זיין בייעס פאר די רעכטע פארטיי, ספעציעל פאר טראמפ, וועלכע האט זיי געמאכט היפש פאפולער. די נייעס איבער די ווידעא איז נישט געווארן באריכטעט דורך קיין שום נייעס סטאנציע, אפילו רעכטע סטאנציעס, צוליב וואס קיינער האט נישט געקענט זיך שטעלן איבער די ווארהייט פון די ווידעא, צו עס איז פאלש.

עס איז נישט קלאר וואס עס איז געליגן אין די רענצלעך, און אויב דאס איז געווען בעלאטס, און פאר וועם די בעלאטס איז געגאנגען, און פארוואס די רענצלעך זענען געליגן אונטער א טיש. עס איז שווער צו זאגן אויב עס וועט ווערן אנגענומען דורך א ריכטער אלס א באווייז אז עס איז פארגעקומען פראוד.

🛑זהירות: קול באשה


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל