פרעזידענט טראמפ האט היינט פובליצירט א 46 מינוטיגע פרי-רעקארדיטע רעדע איבער די עלעקשאנס, ווי ער האט ווידער אויפגעברענגט זיינע טענות אז די עלעקשאנס זענען פראוד, טראמפ האט נישט צוגעלייגט קיין שום אפיציעלע פראָף, וואס איז געבויעט אויף געהעריגע באווייזן.
פרעזידענט טראמפ האט ווידער אויפגעברענגט זיינע אומ'פונדאמענט'לאזע טענה אז די דעמאקראטן האבן גע'גנב'ט די עלעקשאנס און אז עס איז געווען פיל מיט פראוד. די גאנצע רעדע איז געווען איין גרויסע קאלעקציע פון די הונדערטער טוויטס וועלכע האבן זיך געגאסן פון טראמפ'ס טוויטער אקאונט זינט די עלעקשאן נאכט.
פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אז די רעדע איז די וויכטיגסטע רעדע וואס ער האט נאר אמאל געגעבן. די רעדע איז גע'לעיבל'ט געווארן דורך די סאשעל מידיא פלאטפארמעס אז עס טוט אינהאלטן פאלשע אינפארמאציע איבער די וואלן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה