(Photo Credit: ParCare Medical Center)
די ניו יארק סטעיט העלט-קאָמישאָנער האַווערד זוקער האט אין א סטעיטמענט געשריבן אז ער וועט עפענען א קרימינאלע אויספארשונג אויף די "פּאַר-קעיר" מעדיקעל-סענטער וועלכע האט באקומען עטליכע טויזענט וואקסינען צו אויסטיילן אין די אראנדזש קאונטי, אבער האט טראנפארטירט די וואקסינען צו אלע אירע לאקאציעס אין ניו יארק סיטי, און האט אויסגעטיילט די וואקסינען צו די פובליק, און נישט בלויז צו די באדערפיגע.
ווי די קאָמישאָנער שרייבט, טוט די מעדיקעל-סענטער דורכברעכן די רעגירונג'ס פלאן, וועלכע האט געהייסן אז צוליב די באגרעניצטע צאל פון וואקסינען, זאל צום ערשט וואקסענירט ווערן די עלטערע מענטשן העכער 60 יאר, מעדיקעל ארבעטערס און מענטשן מיט געזונט-פראבלעמען.
די "בארא פארק-24" נייעס קוואל האט באריכטעט עטליכע טעג צוריק, אז "פּאַר-קעיר" האט באקומען 3,500 דאזעס פון די מאָדערנאַ וואקסין.
א "פּאַר-קעיר" עדווערטייזמענט וועלכע איז געווען די וואך אין פיל אידישע אויסגאבעס, האט קלאר אנגעצייכענט אז די וואקסינען וועלן זיין צו באקומען נאר פאר די באדערפיגע, אזויווי די שטאט פארלאנגט, אבער ווי די העלט-קאָמישאָנער און אנדערע נייעס קוועלער וועלכע זענען אראפגעפארן צו די מעדיקעל-סענטערס שרייבן, האט "פּאַר-קעיר" יא אויסגעטיילט די וואקסין פאר נישט-באדערפיגע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה