האט די וואקסין א חשש פון חזיר פעטנס?
(Photo Credit: USC News)

צומישטע שמיעות טוען זיך ארום דרייען אין די לעצטע וואכן ארום די אידישע געמיינדעס, ספעציעל ביי די גאר היימישע, איבער אן אומבאשטעטיגטע באריכט אז די נייע קאראנעווירוס וואקסינען טוען אינהאלטן פעטנס פון חזיר פלייש. די נייעס האט צוגעברענגט אז א הארץ-שרייענדע קול קורא איז געהאנגען געווארן אין אלע היימישע בתי מדרשים (וועלכע האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש).

אבער די לעצטע וואך, איז געהערט געווארן פון אנדערע איבער די דאזיגע שמיעות. להבדיל, 9 מסולמענישע פירער האבן ארויסגעגעבן א ווידעא, ווי זיי טוען פארבאטן צו נעמען די וואקסין צוליב וואס עס אינהאלט חלקים פון א חזיר, וואס לויט זייער גלויבן איז דאס פארבאטן.

די מסולמענישע פירער, האבן אבער אנגעצייכענט אז די רעדע איז דווקא נישט פון די פייזער און מאדערנאַ וואקסינען, זיי טוען נאר פארבאטן די ביליגע וואקסין וועלכע ווערט פראדוצירט פון כינע, מיט׳ן נאמען סינאָוואַק.

ווי די פירער האבן אויסגעשמועסט, האבן ביידע אמעריקאנער פירמעס, פייזער, און מאדערנאַ, ארויסגעגעבן די רעצעפט וואס זיי לייגן אריין, און זיי האבן אויך קלאר געמאכט אז עס איז נישט פארהאן די טיילן וועלכע קומט פון א חזיר. אבער כינע פון די אנדערע זייט, טוט נישט ארויסגעבן זייער רעצעפט, און ממילא איז דאס פארבאטן ביזדערווייל.

עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז ווען מען רעדט דא פון די פעטנס פון א חזיר, באציהט מען זיך איבער די ״דזשעלעטאָן״. אין די מעדעצינישע וועלט, איז דזשעלעטאָן, א קאַלעדזשין פּראָטיען, וועלכע ווערט געמאכט פון געקאכטע הויט און עטליכע צומאלענע שטיקלעך פון א ביין. די סארט פּראָטיען, נעמט מען פון א בהמה, און טייל מאל פון א חזיר. עס איז פארהאן עטליכע וואקסינען פירמעס וועלכע לייגן אריין די דאזיגע דזשעלעטאָן אין די וואקסין, אז די וואקסין זאל זיך האלטן, סיי ווען עס ווערט געהאלטן אין א ווארעמע אדער קאלטע ארט, און סיי אויב עס ווערט געהאלטן און א נאסע אדער טרוקענע ארט, ווי ביים טראנספארטירן איז דאס שטארק שייך. די דאזיגע פּראָטיען איז נישט קיין עסן און נישט ראוי לאכילה, עס איז א געוויסע פאָודער וואס מען ניצט פאר מעדעצינען.

ווי געשריבן, האבן די אמעריקאנער פירמעס וועלכע טוען שוין פראדוצירן די וואקסינען ארויסגעגעבן די פונקטליכע רעצעפטן פון די וואקסינען, און עס איז הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט געווארן אריינגעלייגט קיין שום טיילן פון א חזיר. אבער די כינעזע וואקסינען איז פארהאן אסאך שמיעות, ספעציעל אין די מסולמענישע וועלט, איבער די פראָטיען וועלכע איז מעגליך געווארן אריינגעלייגט אין די וואקסין.

רעדנדיג פון די שמיעות איבער די וואקסין: טויזנטער פאלשע פאקטן איבער די וואקסין דרייען זיך ארום, סיי פון מויל צו אויער, און סיי איבער סאציאלע מידיא. ווי צענדליגע געזונט עקספערטן האבן זיך שוין אויסגעדרוקט, ״די פאלשע פאקטן איבער די וואקסין, איז ערגער ווי די וויירוס אליינס!״. 

יעדן טאג דרייעט זיך ארום אויף די סאציאלע מידיא גרופעס פאלשע ווידעאס, פון סתם מענטשן, און ווי אויך פון אסאך נישט אידישע מענטשן וועלכע געבן זיך אן אלס געלערנטע דאקטוירים, מיט יארן עפארענונג, און טוען אראפרייסן די וואקסין. ר' איד! פאר אייער אייגענע געזונט, נעמט נישט קיין מעדיקעל-עדווייז פון וואטסעפפ!

מענטשן ברויכן וויסן, אז אויב די סי.די.סי. האט באשטעטיגט די וואקסין, אויב אייער דאקטער זאגט אז איר זאלט נעמען די וואקסין, דאן ברויכט איר עס נעמען להלכה, די וואקסין קען מאכן א טויש פאר מיליאנען מענטשן פון לעבן צו טויט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

2 תגובות

  1. The cdc didn't approve the vaccine and doctors don't know anything about the new vaccine so nobody can say u have to take it of its even not approved by the cdc its just a emergency authorization

    השבמחק
  2. זייט ווען וואלט געווען א חשש איסור אויב וואלט עס איפילו געווען איין שטיק חזיר מען רעדט דאך נישט פון עס אויפעסן נאר צי באקומען א שטאך אין ארעם, טא פארוואס עפעס זאל עס אסור זיין?

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל