אידן אין אנטווערפן ווערן בא'שטראפט פאר'ן נישט פאלגן רעגולאציעס
(Photo Credit: VTM Nieuws)

צענדליגע אידן האבן די וואך שבת באקומען געלט שטראפן פאר'ן נישט אויספאלגן די רעגירונג'ס גיידליינס, וועלכע טוט פארבאטן מנינים פון מער ווי 15 מענטשן.

ווי די פאליציי זאגט, האבן זיי שב"ק נאכמיטאג באקומען א רוף איבער א פארזאמלונג אין די בעלזא בית המדרש פון מער ווי די רעגירונג'ס-ערלויבטע 15 מענטשן. ווען די פאליציי אפיצירן זענען ערשינען צום שוהל, האבן זיי געפונען ארום 70 אינגעלייט.

די פאליציי האט אפגעשריבן די נעמען פון די מתפללים, און וועלן אפשיקן געלט-שטראפן צו די אידישע היימען. 

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל