קאראנעווירוס האט שוין אומגעברענגט 1 פון יעדע טויזנט אמעריקאנער
(Photo Credit: WSJ)

אמעריקע האט די שבת קודש דערגרייכט א שרעקליכע רעקארד, נעמליך איינס פון יעדע טויזענט אמעריקאנער זענען שוין אומגעקומען פון די קאראנעווירוס. ה"י.

לויט די אמעריקאנער צענזוס סיסטעם איז די אמעריקאנער באפעלקערונג ארום 330,750,000 מענטשן און לויט די דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט האט היינט (שב"ק) נאכמיטאג די צאל טויט-פעלער פון קאראנע געשטיגן צו 331,116 טויטע.

איבער 18.7 מיליאן אפעקטירטע פעלער זענען שוין באריכטעט געווארן פונעם ווירוס.

וויאזוי איז מען אנגעקומען צו די שרעקליכע צאל טויטע?
די ערשטע טויט-פאל וואס מען האט געהערט פון די ווירוס, איז געווען פעברואר 29, אין קירקלאנד, וואשינגטאן סטעיט. שפעטערע רעזולטאטן אין אפריל האבן געוויזן, אז צוויי אנדערע מענטשן פון קאליפארניע זענען אויך געשטארבן פונעם ווירוס אין פעברואר.

די וועלטס געזונטהייט ארגאניזאציע (WHO), האט דערקלערט די קאראנעווירוס אלס א פענדעמיע אום מערץ 11, ווען די צאל טויטע אמעריקאנער האט דערגרייכט 1,000 פעלער. עטליכע שטאטן האבן דאן אנגעהויבן צו לייגן רעגולאציעס און דערקלערט לאַקדאַונס אויף די גרויסע סיטי'ס.

אום אפריל 4, האט די דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט באשטעטיגט אז עס איז שוין ליידער פארהאנען איבער 10,000 טויטע פונעם ווירוס. געזונט עקספערטן האט דאן גע'טענה'ט אז די ציפערן זענען פיל העכער, צוליב וואס מענטשן טוען נישט געהעריג באריכטן פאר די שפיטעלער.

אום מאי 23, נאך וואס פאר עטליכע וואכן איז די טויט-ראטע געווען איבער 1,000 מענטשן א טאג, האט די אוניווערסיטעט געמאלדן אז זי האט שוין רעקארדירט 100,000 טויטע פעלער, די נייעס איז געקומען ארום פיר מאנאטן נאך וואס די ערשטע קאראנע-אינפעקטירונג איז באשטעטיגט געווארן אין אמעריקע.

דורכאויס די זוממער, איז די ראטע פון די צאל אפעקטירטע און טויטע שטארק געפאלן, כאטש וואס מען האט געהערט פון שטאטן וועלכע האבן געזעהן אויסברוכן יעדע עטליכע טעג. ארום פיר מאנאטן נאך וואס 100,000 מענטשן זענען אומגעקומען ביי מאי, האט די אוניווערסיטעט באשטעטיגט אום סעפטעמבער 21, אז די צאל טויטע האלט שוין ביי 200,000 פעלער.

זינט די אנהייב פון נאוועמבער האבן די צאל רעקארדירטע טויטע אנגעהויבן שטייגן גאר שנעל, אנשטאט ווי די ערשטע צוויי מאל וואס עס האט געדוערט 4 מאנאטן צו רעקארדירן פרישע הונדערט טויזנט טויט-פעלער, האט די אוניווערסיטעט געמאלדן אז נאך בלויז 11 וואכן האט די צאל טויט-פעלער דערגרייכט 300,000. די מעלדונג איז געקומען דעצעמבער 14.

ליידער היינט האלט מען שוין ביי איבער 331 טויזנט פעלער, און ליידער, לויט די רעגירונג'ס רעזולטאטן, איז די ליכטיגקייט פונעם עק פון די טוננעל נאך זייער ווייט.

אין ניו יארק, וועלכע האט זינט די זוממער אנגעהויבן זעהן בעסערע צייטן, האט אין די לעצטע וואכן אנגעהויבן באריכטן איבער 100 טויט-פעלער טעגליך.

די רעגירונג טוט בעטן אז מען זאל זיך האלטן צו די קאראנעווירוס גיידליינס, און טראגן מאסקעס, זיך איינשפארן אויב מען איז געווען נעבן איינער וועלכע איז אנגעשטעקט מיט'ן ווירוס, נישט מאכן קיין גרויסע פארזאמלונגען. און בעז"ה וועלן מיר זיך ארויסזעהן פונעם שווערע פענדעמיע, וועלכע האט שוין אומגעברענגט און טוט טעגליך אומברענגען אידן ארום די וועלט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל