אונטערגעשטעלטע אויטא רייסט אויף אין טענעסי

א מאסיווע אויפרייס האט זיך געהערט היינט אינדערפרי אין דאונטאון נעשוויל, טענעסי.

ווי די פאליציי און פייער דעפארטמענט זאגן, האבן זיי רעאגירט צו א רוף ארום 6 אזייגער אינדערפרי איבער א שיסעריי נעבן סעקאנד עוועניו און קאמערס סטריט, אבער ווען זיי זענען ערשינען צום סצענע האבן זיי נישט געזעהן קיין שום שפירן פון א פארברעכן אין די געגענט, אויסער א מאָוביל-היים וועלכע איז געשטאנען פארדעכטיגט אויף יענע גאס, וועלכע האט זיי געמאכט אראפ רופן א באמבע-סקוואד גרופע. 

די באמבע-סקוואד איז נאך געווען אויף זייער וועג, ווען די מאָוביל-היים האט אויפגעריסן 6:30 אינדערפרי.

כאטש דריי מענטשן זענען געווארן אריינגעפירט אין א לאקאלע שפיטאל מיט מילדע וואונדן. איין פאליציי אפיציר איז געפלויגן עטליכע פיס פונעם אויפרייס, און נאך אן אפיציר, האט פארלוירן זיין הער-קראפט, מעגליך נאר פאר צייטוויליג.

די פאליציי זאגט, איז די אויפרייס נישט געווען קיין פראצופאל, נאר געווען אן אונטערגעשטעלטע אטאקע.

עטליכע נייעס קוועלער טוען באריכטן, אז עטליכע געביידע סטרוקטערן זענען גע׳שעדיגט געווארן פונעם אויפרייס.

בילדער און ווידעאס פון לאקאלע איינוואוינער צייגט, די געגנט איינגעהילט אין פלאמען אין א שיכט מיט רויעך. פייער-אלארמס און וואסער-ספרינקלערס האבן זיך אנגעצינדן, ביימער זענען געפאלן, און פענסטערס זענען געווארן אויסגעשאסן. ווי אויך איז געהערט געווארן אז א דענעבנדיגע האטעל האט עוואקואירט צוליב דעם אויפרייס.



© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל