גראפיטי אויף אידישע בית החיים אין שפאניע

די טויער פון א אידישע בית החיים נעבן מאדריד, שפאניע, איז געפונען געווארן אנגע'פירקלט מיט אנטיסעמיטישע גראפיטי ווי "א גוטע איד, איז א טויטע איד... אידן, מערדער, מיר וועלן אייך נאכגיין".

די פעדעראציע פון ​​אידישע געמיינדעס אין שפאניע (FCJA), האט אנגערופן דעם אינצידענט "אומטראגבאר" און געזאגט אז די שולדיגע מוזן געברענגט ווערן פאר גערעכטיקייט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל