(Photo Credit: Yiddishe Network)

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אין אן אומ'פאראויס געשאצטע שריט, די וואך גע'עפנט אן אקאונט אויף די וויירעל סאציאלע מידיא עפפ "טיק-טאק".

טיק-טאק, איז די צווייט-גרעסטע סאציאלע 
מידיא פלאטפארמע אין די וועלט, האבענדיג איבער 500 מיליאן אקטיווע באניצער. די עפפ איז געמאכט ארויפצולייגן אינטערסאנטע, קורצע, שמייכלדיגע ווידעאס.

פרעמיער מיניסטער נתניהו איז די ערשטע וועלטס פירער וועלכע האט באשלאסן צו עפענען א פובליק אקאונט אויף די עפפ. די פרעמיער מיניסטער האט אויך אין די לעצטע טעג, ריספאנדעט צו עטליכע קאמענטארן וועלכע זענען געשריבן געווארן אויף זיינע ווידעאס.

נתניהו, האט שוין ארויפגעלייגט עטליכע ווידעאס אויף די עפפ,  ווי ער טוט בעטן אויף זיינע ווידעאס פון זיינע נאכפאלגער צו גיין נעמען די וואקסין און טראגן מאסקעס, אויף א שמייכל'דיגע וועג.

@bnetanyahu

עטיית מסיכה מצילה חיים - Wearing a mask saves lives 😷 ##coronavirus ##קורונה

♬ Overwhelmed - Royal & the Serpent

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל