ארום 100 חרדי׳שע אידן, מערסטנס פון חב״ד, האבן זיך נעכטן באטייליגט ביי א פראטעסט אין מאנהעטן, ניו יארק, פארענט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, צו דעמאנסטירן די אומקום פונעם 16 יעריגע בחור׳ל אהוביה סנדק וועלכע איז אומגעקומען אין א טראגישע עקסידענט, נאכ׳ן זיין פארמישט אין א ״פאליציי-געיעג״.

אנגעפירט דורך די ליובאוויטש׳ע שליח ר׳ יהודה פריעדמאן, האבן די אידישע פראטעסטירער פארלאנגט פון מדינת ישראל, אז זי זאל מאכן א פולע אויספארשונג איבער די אינצידענט, שרייענדיג דערביי ״דם יהודי אינו הפקר״ און ״אידישע לעבנס זענען וויכטיג״.

די אידן ביים פראטעסט, האבן מקיים געווען די מנהג אזויווי די ליובאוויטשע רבי האט איינגעפירט אין זיינע צייטן, אז ביי אזעלכע סארט דעמאנסטראציעס זאלן זיך די אידן פארנעמען גוטע פארנעמונגען ווי צו לערנען מער תורה און טאן מצוות, און ווי אויך זאל מען געבן לכה״פ א פרוטה פאר צדקה, און דאס זאל זיין א זכות אז מען זאל מער נישט הערן קיין רציחות און מערדעריי ביי אידן. 

די פראטעסט קומט א טאג דערויף, וואס עטליכע הונדערט רבנים און ראשי ישיבות פון איבער די גארער וועלט האבן פארלאנגט אז מען זאל גרינדען אן אויספארשונג קאמיטעט, וועלכע זאל אויספארשן די מארד פון אהוביה סנדק, וועלכע לויט ווי די רבנים שרייבן, איז דערמארדעט געווארן דורך די פאליציי דורכאויס די פאליציי-געיעג.

אין א בריוו טוען די רבנים שרייבן: "מיר זענען טרויעריג איבער דעם שוידערלעכן אינצידענט אין וועלכן דער טייערער אינגל אהוביה סנדק איז אומגעקומען דורכאויס א פאליציי-געיעג וועלכע האָט זיך געענדיגט אין אן ערנסטן פאל. דאס איז א זייער אן ערנסטע און ווייטאג'דיגע געשעעניש. מיר האבן מורא פון א חורבן וואס קען זיך אנהייבן צווישן דער מדינת ישראל פאליציי און גרויסע טיילן פונעם פובליק, ספעציעל די יוגנט, אין אנבליק פון דער טראגעדיע."


אידן פראטעסטירן אין ניו יארק איבער די אומקום פונעם 16 יעריגן בחור
בילד קרעדיט: ערוץ-7

אידן פראטעסטירן אין ניו יארק איבער די אומקום פונעם 16 יעריגן בחור

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל