הצלה ווארנט: מער אידן ווערן אריינגעפירט אין שפיטאל ווי אין אפריל
(Photo Credit: TOT Private Consulting Services)

חברה הצלה פון ראקלענד קאונטי, ניו יארק, האט ארויסגעגעבן א בריוו איבער די נייע אויפשטייג פון קאראנעווירוס פעלער אין די היימישע געגענטער.

אין א בריוו טוט חברה הצלה שרייבן: מיר האלטן איצטער ביי א פרישע אויפשטייג פון קאראנעווירוס פעלער אין ראקלענד קאונטי. די איצטיגע אויפשטייג האט אפעקטירט אסאך אידן פון אלע עלטער, יונגערע און עלטערע צוגלייך. עס האט אויך צוגעברענגט אז מער אידן מוזן ווערן אריינגעפירט אין שפיטאל ווי די פארגאנגענע אויפשטייגן. די באהאנדלונגס מיטלען אין די שפיטעלער האט זיך פיל פארבעסערט, און די קראנקע ווערן גוט געזארגט.

עס איז יעצט פארהאן איבער 80 אידן וועלכע ליגן אין לאקאלע שפיטעלער אין ראקלענד, אריינגערעכנט 14 אידן וועלכע ליגן אין קריטישע לאגעס. אין אנדערע געגענטער אין ניו יארק, איז אויך פארהאן א דראסטישע אויפשטייג פון קאראנע פעלער.

עס איז פארהאן א נייע סטרעין פון די ווירוס, וועלכע איז שוין געזען געווארן אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד, וועלכע טוט אפעקטירן אויך יונגערע מענטשן, און עס שאפט שווערערע סימפטאמען. מיר האבן נאכנישט געפונען קיין פאציענטן מיט די נייע סטרעין, אבער מיר טוען זארגן דערפון.

עס איז גאר וויכטיג אז יעדע פאמיליע זאל זיך צושטעלן צו די פאלגענע גיידליינס, צו העלפן אפהיטן אונזערע שכינים און אנדערע אידן פון קראנק ווערן.

•טראגט א מאסק, אויף יעדע פלאץ וואס מען קען זיך נישט האלטן צו די סאשעל-דיסטענסינג גיידליינס.

•אויב פילט איר זיך נישט גוט, צו איר האט פיווער, אדער איינס פון די אנדערע סימפטאמען, בלייבט אינדערהיים, און מאכט זיכער נישט צו קומען אין קאנטאקט מיט אנדערע מענטשן. זעהט אויך די רעגירונגס גיידליינס איבער זיך קווארענטינען. 

•אויב אייער קינד פילט זיך נישט גוט, שיקט אים נישט צו שולע אדער שוהל! עלטערן, ביטע רעדט מיט אייערע דאקטוירים אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס.

זאל השם יתברך ווייטער העלפן צו היטן העכער אונז, און געבן ישועות און רפואות פאר כלל ישראל. זאל ער אוועקנעמען די קראנקהייטן פון צווישן אונז, און ברענגען די גאולה שלימה בקרוב. אמן.

פירער פון חברה הצלה ד'ראקלענד


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל