(בילד קרעדיט: ישראל היום)
לויט באריכטן פון מדינת ישראל נייעס קוועלער טוט די ארץ ישראל'דיגע חברה קדישא פירער ר' אברהם מאַנעלאַ סטראשענען די מיניסטער פון שירותי דת, יעקב אביטן, אז זי וועט אין די קומענדיגע צוויי טאג, אויפהערן צו דורכפירן די טהרה פראצעדור אויף מתים וועלכע פאלן אוועק פון די ווירוס.
די נייעס קומט נאך וואס די געזונטהייט מיניסטעריום האט אפגעווארפן די פארלאנג פון ר' אברהם מאַנעלאַ, וועלכע האט געבעטן אז די 500 חברה קדישא אפגעבער זאלן באקומען די וואקסין פון די ערשטע פאזע, אזוי ווי די רעגירונג גיבט פאר זק"א און די אנדערע ערשטע הילף וואלענטורן וועלכע טוען זיך אפגעבן מיט אפעקטירטע פאציענטן, זינט די חברה קדישא טוט זיך אפגעבן אויף א טעגליכן פארנעם מיט אפעקטירטע פונעם ווירוס.
אין אן אינטערוויא האט ר' אברהם מאַנעלאַ געזאגט "דאס איז אן אומ'יושר'דיגע באשלוס פון די געזונטהייט מיניסטעריום, די בלוט פון די ארבעטערס פון די חברה קדישא זענען נישט הפקר, דאס זענען מענטשן וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט און א סכנה יעדן טאג זינט די אנהייב פונעם פענדעמיע. איך רוף צו די געזונטהייט מיניסטער און צו די שירותי דת מיניסטער צו אויסקלארן די נושא, זאפארט!"
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה