ניו יארק סיטי שטייגט איבער 25 טויזענט טויטע פונעם ווירוס
(Photo Credit: Healthline)

רעגירונגס בעאמטע האבן נעכטן (מאנטאג) געמאלדן אז ניו יארק סיטי (בלויז די סיטי), האט איבער געגאנגען די שרעקליכע נומער פון 25,000 טויטע פונעם קאראנעווירוס. ה"י.

ווי די געזונטהייט בעאמטע זאגן, איז שוין פארהאן אין די סיטי 25,008 טויטע פונעם ווירוס, זאגענדיג אז 20,214 זענען זיכער געשטארבן פונעם ווירוס, און 4,974 זענען נישט באשטעטיגט, אבער לכאורה געשטארבן פונעם ווירוס. 

מעיאר דעבלאזיא האט היינט (דינסטאג) געזאגט אין א סטעיטמענט, אז ער קוקט ארויס אויף די יאר 2021, אלס א יאר וועלכע זאל קענען צוריק שטעלן די "רויטע עפל" אויף די פיס, זאגענדיג "מיר גייען אריבער מישן די בלאט פון די פארביטערטע יאר, די קומענדיגע יאר וועט זיין א יאר פון ערהיילונג און פון א פריש-געבוירן יאר."

די סיטי האט היינט באריכטעט, 3,390 פרישע אפעקטירטע פעלער, 35 טויטע פעלער און נאך 182 וועלכע זענען געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל מיט קאראנעווירוס.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל