באריכט: אטורני בארר נעמט די אפציעס צו רעזיגנירן

א באריכט צייגט אז אטורני דזשענעראל וויליאם באר באטראכט די אפציעס פון רעזיגנירן בעפאר די ענדע פון טראמפ'ס 4 יעריגע טערמין. בארר איז פון די נענטסטע מענטשן צו טראמפ, אבער זינט טראמפ האט אנגעהויבן מיט די "פראוד טעאריע", האט ער, מיט עטליכע אנדערע זיך אנגעהויבן דערווייטערן פון פרעזידענט טראמפ.

די נייעס קומט עטליכע טעג נאך וואס דער אטורני דזשענעראל בארר איז ארויסגעקומען מיט א ספעציעלע סטעיטמענט, אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט נאך א פולע אויספארשונג געקומען צו א מסקנא, אז עס איז נישט געווען קיין שום ערנסטע פראוד דורכאויס די עלעקשאנס.

לויט די באריכט וועט בארר נאך מעגליך רעזיגנירן בעפאר די ענדע פונעם יאר, וועלכע איז אין די קומענדיגע דריי וואכן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל