פרעזידענט-עלעקט ביידען וועלט אויס פארטיידיגונגס סעקרעטאר

עטליכע נייעס קוועלער טוען באריכטן, אז פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידען האט אויפגענומען געוועזענע גענעראל "לויד אָסטין" צו דינען אלס זיין פארטיידיגונגס סעקרעטאר. אויב אָסטין וועט ווערן באשטעטיגט דורך די סענאט, וועט ער ווערן די ערשטע אפריקאנע-אמעריקאנער צו דינען די ראלע פון פארטיידיגונגס סעקרעטאר.

גענעראל אָסטין, איז א פיר-שטערנדע גענעראל, און האט געדינט אין די אמעריקאנער ארמיי פון 1975 ביז 2016, ווי ער איז געווען פון די העכסטע גענעראלן אין די קריגן פון איראק און אפגאניסטאן. 

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל