ניי ערוויילטער פרעזידענט ביידען אפעלירט פאר אחדות

ניי ערוויילטער פרעזידענט ביידען אפעלירט פאר אחדות; דיפערענצן אין טראמפ פאמיליע איבער זיין עקשנות נישט אויפצוגעבן.

איצט, איז עס שוין "אפיציעל". ענדליך, 4 טעג נאך די וואלן, האבן די גרויסע נייעס אינסטאנצן אין אמעריקע דערקלערט שב"ק צופרי, נאך 11:20, אז פּענסילוועניע קען שוין אן צווייפל דערקלערט ווערן אז די סטעיט איז געגאנגען פאר דעם געוועזענעם וויצע פּרעזידענט דזשאסעף ביידען, און מיט פּענסילוועניע, האט שוין ביידען דערגרייכט העכער די נויטיגע 270 עלעקטארעל שטימען אז מ'זאל אים קענען אפיציעל דערקלערן אלס דער ניי-ערוויילטער פּרעזידענט פון אמעריקע, וואס לויט רוב פון די נייעס אינסטאנצן האט ביידען דאן געהאלטן ביי 279 שטימען, און פּרעזידענט טראמפּ, ביי 214 שטימען.

ווען דאס איז געמאלדן געווארן, איז געווארן "ששון ושמחה" ביי די ביידען וויילער איבער'ן לאנד. עס איז פארגעקומען ספּאנטאנע געזאנגען און טענץ אויף די גאסן אין מערערע שטעט, און פון די ביידען הויפּטקווארטיר איז געמאלדן געווארן אז מוצ"ש 8 אזייגער וועט ער אדרעסירן דאס אמעריקאנער פאלק, און מ'וועט דאן אויך הערן פון די ניי-ערוויילטע וויצע פּרעזידענט, סענאטאר קאמאלע העריס, וואס זי "שאפט היסטאריע", אלס די ערשטע פרוי, די ערשטע שווארצע, די ערשטע אזיאנער-אפשטאמיגע, צו ווערן וויצע פרעזידענט.

ביידען האט אין זיין אויפטריט אפּעלירט פאר אחדות, און האט אפילו אפּעלירט צו פּרעזידענט טראמפּ אז ער פארשטייט זיין ווייטאג, זיין פארלוסט, ווייל ער אליין, ביידען, האט שוין 2 מאל פארלוירן (ווען ער האט 2 מאל פריער אומדערפאלגרייך קאמפּיינט פאר די דעמאקראטישע פּרעזידענט נאמינאציע). איצט דארף מען צוזאמענארבעטן פאר'ן וואוילזיין פון אמעריקע. ער האט דראמאטיש דערקלערט אז מ'קען זיין קעגנער, אבער מ'טאר נישט זיין קיין פיינט. ד.מ., אויב מ'האט אן אנדערע פאליטישע מיינונג, מיינט נאכנישט אז מ'דארף יענעם האסן ווי א פיינט, נאר מ'דארף אינאיינעם ארבעטן פאר'ן וואוילזיין פונעם צוקונפט.

פון די אנדערע זייט, ביי די רעפּובליקאנער, האט פּרעזידענט טראמפּ ווייטער פארפירט אז ער  האט געווינען, און מ'וויל צו'גנב'ען די וואלן, און האט פארשפּראכן אנצואווענדן אלע לעגאלע מיטלען אין אלע געריכטן וואו נויטיג, צו פארזיכערן אז זיין זיג זאל נישט צוגע'גנב'עט ווערן פון אים.

פּרעזידענט טראמפּ איז געווען ביי זיין גאלף שפּיל ש"ק צופרי ווען עס איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן דורך די פּרעסע און מידיא אז ביידען האט געווינען, אבער מ'האט א גאנצן טאג נישט געהערט אפילו קיין חלום אז ער זאל אויפגעבן.

זונטאג צופרי איז ביידען געגאנגען אין זיין קירכע אין דעלעווער, און פאר דעם איז ער ארויסגעגאנגען צו דעם סעמעטערי נעבן די קירכע וואו ער האט "באזוכט" ביי די קברים פון זיין ערשטע פרוי און קינד, וועלכע זענען גע'הרג'עט אין אן עקסידענט צענדליגער יארן צוריק, און ביי זיין באליבטן זון "באו", וועלכער איז געשטארבן עטליכע יאר צוריק פון די ביטערע מחלה.

טראמפּ איז אויך זונטאג צופרי געגאנגען שפּילן גאלף, אבער מ'האט שוין געהערט פון מערערע קוואלן אז עס טוט זיך ערנסטע רייבערייען אין זיי פאמיליע, וואס אנגעבליך האט זיין איידעם, דזשארעד קושנער, שוין אויפגעברענגט דעם געדאנק אז דער פּרעזידענט זאל זיך פירן ווי א פּרעזידענט, און עס איז נישט קיין שום בושה אין אמעריקע אויב מ'פארלירט וואלן און מען גראטולירט דעם זיגער און מ'פארשפּרעכט צוזאמענצוארבעטן פאר'ן וואוילזיין פונעם לאנד. זיינע 2 זין דאנאלד דזשוניאר און עריק, ווילן אבער ווייטער גיין מיט'ן קאמף, זיי פארלאנגען אז מ'זאל אפּציילן פּערזענליכע אלע שטימען ווייל מ'האט גע'גנב'עט שטימען, א.ד.ג.

לויט ווי עס האט זונטאג אויסגעזען האבן זיי געזאגט דאס וואס דער פּרעזידענט האט געוואלט הערן. ד.מ., ער וועט אוודאי נישט אויפגעבן ווייניגסטענס ביז זיינע אדוואקאטן וועלן מאנטאג אריינווארפן א שטויס מיט קלאגעס אין געריכטן אין מערערע סטעיטס, נאר אין געריכט, וועלן זיי מוזן צושטעלן באווייזן. מ'קען נישט בלויז שרייען, באשולדיגן גניבה און שווינדל אן קיין שום באגרונדעטע באווייזן, און אויב די ריכטער וועלן האלטן אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגונג אויף די קלאגעס, אויב זיי וועלן ארויסווארפן די קלאגעס - וואס ביז איצט, אנגעהויבן פון עטליכע וואכן פאר די וואלן ביז ענדע די וואך האט נאך קיין איין געריכט נישט "באשטעטיגט" אז עס איז געווען שווינדלערייען אדער אומלעגאלע וואל אקטיוויטעטן ביי די וואלן אדער ביים ציילן - וועט דאס עווענטועל מוזן איבערצייגן פּרעזידענט טראמפּ, אז ער דארף איבערמישן דאס בלעטל און זיך אויפפירן ווי עס פּאסט פאר א פּרעזידענט, אפילו אין זייער שווערע אומבאקוועמע אומשטענדן.

ביידען האט ארויסגעוויזן אויסטערלישע איינגעהאלטענקייט, און אין די אויגן פון זיינע שטיצער, שטאטסמאנשאפט, ווען ער האט זיך נישט איבערגעאיילט צו דערקלערן א זיג אפילו ווען לויט די אנדייטונגען איז קלאר געווארן אז די סטעיטס וואס זענען געווען אונטער א פראגע צייכן, פאלן צוביסלעך צו אים. דא האט מען געזען זיינע 47 יאר ערפארונג אין פאליטישן רעגירונג דינסט, אריינגערעכענט 8 יאר אלס וויצע פּרעזידענט, דער פארשטאנד אז מ'טאר נישט טאן קיין איבערגעאיילטע שריט, איבערהויפּט ווען מ'האט צייט צו ווארטן.

כאטש עס האט שוין מיטוואך אנגעהויבן קלאר ווערן אז דער אפּטימיסטישער טאן פון ביידען דינסטאג אווענט, ווען עס האט נאך אויסגעזען ווי פּרעזידענט טראמפּ האט געווינען אדער האלט פאראויס אין גענוג סטעיטס צו געבן פאר אים מער ווי די נויטיגע 270 עלעקטארעל שטימען וועט געענדערט ווערן, ווייל די דעמאקראטן האבן דאך געוואוסט אז זיי קאמפּיינען שוין חדשים אז מ'זאל אריינשיקן די שטימען דורך די פּאסט, ממילא וועלן רוב פון די פּאסט שטימען גיין פאר ביידען און ער וועט איבעריאגן טראמפּ איבערהויפּט אין די קריטישע סווינג סטעיטס, וואס מיינט אז ביידען וועט געווינען די וואלן, האט זיך אבער ביידען צוריקגעהאלטן פון דערקלערן אלס דער זיגער. ער האט בארואיגט זיינע סטראטעגיסטן און זיינע שטיצער אז עס איז דא צייט, מ'דארף נישט כאפן קיין איבערגעיאגטע זאכן, ווייל אין די ענדע וועט דער רעזולטאט זיין אזוי ווי זיי האבן געהאט אין חשבון, ממילא לוינט צו ווארטן ביז אנדערע זעלבסטשטענדיגע אינסטאנצן וועלן באשטעטיגן אז ער האט געווינען די וואלן, און נישט פארלאזן זיך בלויז אויף די אייגענע חשבנות.

די סיקרעט סערוויס האט שוין פרייטאג באשטימט א גרעסערע וואך פאר ביידען, כמעט ווי פאר אן "אפיציעלן" (אנערקענטן) ניי-ערוויילטן פרעזידענט.

קוקענדיג אויף די צאל אקטועלע שטימען וואס די 2 קאנדידאטן האבן באקומען, איז געווען קיין צווייפל אז ביידען האט באקומען מיליאנען מער שטימען פון טראמפּ, אבער אין אמעריקע ווערט א פּרעזידענט ערוויילט לויט די עלעקטארעל שטימען, און עס איז שוין א לענגערע צייט וואס די קאמפּיינס ווערן געפירט מיט דעם חשבון. אזוי צ.ב.ש., איגנארירן ביידע פּרעזידענט קאנדידאטן סטעיטס וואס זענען פארזיכערט פאר איינע פון די קאנדידאטן, ווי צ.ב.ש., ניו יארק אדער קאליפארניע וואס ווערט באטראכט ווי פארזיכערטע דעמאקראטישע סטעיטס. אין די סטעיטס וועלן די קאנדידאטן ערשיינען בלויז אין אנהויב פונעם קאמפּיין, ביי "פאנד רעיזערס", צו שנארן געלט, וואס זיי באקומען גרויסע געלטער פון מענטשן וואס זענען זיך גרייט צו לאזן קאסטן צו קענען האבן א בילד וואס זיי וועלן אויפהענגען אויף די וואנט פון זייער אפיס, ווי דער פּרעזידענט גיט זיי די האנט און שמייכעלט אזוי ברייט, אז עס זאל אויסזען ווי זיי זענען פּאניע-בראט מיט אים.

די גאר גרויסע קאמפּיין ביישטייערער זענען קלוגער פון דעם, זיי געבן זייערע צענדליגער מיליאנען דאלאר אפילו אן קיין פּערזענליכע פאנדרעיזערס, ווייל זיי האבן סיי ווי צוטריט צו דעם קאנדידאט פאר וועמען זיי געבן מיט אזא ברייטע האנט, אבער דער סך הכל פון דעם איז, אז דער קאמפּיין קאנצענטרירט זיך בעיקר אויף די סטעיטס וואו עס קען עפּעס אויפטאן, און מ'האט עס געזען אין איצטיגן קאמפּיין, ווי ביידע קאנדידאטן, טראמפּ און ביידען, האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות און אין טראמפּ'ס פאל מערערע פּערזענליכע אויפטריטן און ראליס אין די וויכטיגע סטעיטס פּענסילוועניע, מישיגען און וויסקאנסין. פיר יאר צוריק זענען די סטעיטס איגנארירט געווארן דורך די דעמאלט'דיגע דעמאקראטישע פּרעזידענט קאנדידאט קלינטאן, ווייל זי האט געגלויבט די "אנגענומענע מיינונג" וואס איז אויך געשטיצט געווארן דורך די אנקעטעס כמעט ביז צום ענדע פונעם קאמפּיין, אז דאס זענען פארזיכערטע דעמאקראטישע סטעיטס אזוי ווי אין די פריערדיגע יארן. טראמפּ האט אבער ארויסגעברענגט א שטארקע שטיצע ביי א וויילער קלאס אין די סטעיטס וועלכע האבן זיך געשפּירט באקריוודעט פונעם "סיסטעם", און ווען טראמפּ האט געווינען די 3 סטעיטס - אינאיינעם מיט בלויז 77,000 שטימען! - איז ער געווארן פּרעזידענט.

איצט האט מען טאקע געשאנקען גרויס אויפמערקזאמקייט אויף די סטעיטס, און אזוי ווי פּרעזידענט טראמפּ פארפירט שוין חדשים אז אויב ער וועט נישט געווינען די וואלן מיינט דאס אז עס איז געגאנגען מיט שווינדל, מ'וויל צו'גנב'ען די וואלן פון אים, און אפילו ביי די דעבאטעס האט ער זיך אויך נישט געוואלט פארפליכטן אנצונעמען דעם וואל אויסגאנג נאר אויב עס וועט זיין אן קיין שווינדל, וואס דאס מיינט אז לויט זיין מיינונג מוז ער דאן געווינען, האט ער צוליב דעם געווארענט אז די פּאסט שטימען טויגן נישט, האבן די טראמפּ וויילער אים טאקע געגלויבט און נישט אריינגעשיקט פריצייטיג זייערע שטימען דורך די פאסט. זיי זענען אויך נישט געגאנגען פרי שטימען נאר געווארט אויפ'ן וואל טאג, ווייל זייער פּרעזידענט האט דאך זיי געווארענט אז עס וועט זיין פעלשערייען מיט די פּאסט און פריע שטימען. דער איינציגער פארזיכערטער וועג איז, צו גיין שטימען אינעם וואל טאג.

די דעמאקראטן, האבן יא געהאט צוטרוי אין דעם פּאסט וואל אפּאראט, און אויך צו גיין פרי שטימען, און שוין וואכן פאר די וואלן האט מען געזען אז פיל מער דעמאקראטן ווי רעפּובליקאנער געבן אפּ פרי זייערע שטימען.

אין געוויסע סטעיטס האט מען שוין געקענט סארטירן אדער אפילו אנהויבן ציילן די פּאסט שטימען נאך פאר'ן וואל טאג, האט מען געזען וואס פארא גרויסע מערהייט די דעמאקראטן האבן אין די צאל פּאסט שטימען. אין א סאך סטעיטס האט מען עס אבער נישט געלאזט, אזוי ווי אין פּענסילוועניע ווען מ'האט נישט געטארט אנהויבן ציילן ביז צום וואל טאג, וואס צוליב דעם איז פּענסילוועניע געווען אונטער א ספק עטליכע טעג, אדער ניו יארק, וואו מ'הויבט ערשט אן די וואך ציילן די עבסענטי בעלאטס וואס זענען אריינגעקומען דורך די פּאסט, ווייל ווי לאנג מ'נעמט נאך אן די שפּעטע פּאסט - אויב זיי האבן א פּאסט אפיס זיגל נישט שפּעטער פון פאריגן דינסטאג נאוועמבער 3 - האט מען נישט אנגעהויבן ציילן, נאר ניו יארק איז נישט געווען אונטער א ספק, סיידן ביי געוויסע לאקאלע פארמעסטן, האט עס נישט געשפּילט קיין ראלע אויף די נאציאנאלע פּרעזידענט וואלן מאפּע, נאר מ'האט באלד צוגעטיילט די ניו יארקער 29 עלעקטארעל שטימען פאר ביידען.

ווען מ'איז פארטיג געווארן ציילן דינסטאג נאכט אויף אזוי ווייט אז מ'זאל שוין קענען האבן א קלארע אנדייטונג ווער עס האט געווינען וועלכע סטעיט, איז ביידען געשטאנען שטארקער פון טראמפּ, אבער אויך דא איז אנטשטאנען אן אונטערשיד לויט וועלכע ארגאניזאציע מ'האט גענוצט צו געבן די דאזיגע אפּשאצונגען.

אמאל איז יעדער געווען פאראייניגט אונטער איין ארגאניזאציע וואס זיי האבן דורכגעפירט די "עקסיט פּאלס" אין לויף פונעם וואל טאג, וואס די אנגענומענע מיינונג איז געווען, אז ווען דער וויילער קומט שוין ארויס נאכ'ן אפּגעבן די שטימע, זאגט מען דעם אמת. כמעט אלע וויילער האבן אוועקגעגעבן די פארלאנגטע צייט אויסצושטעלן א לענגערן פראגע בויגן אין וואס מ'צייכנט נישט בלויז פאר וועמען מ'האט געשטימט, נאר מ'גיט אויך פארשידענע פּערזענליכע אינפארמאציע - פארשטייט זיך, אנאנים - וואס דאס ווערט דערנאך גענוצט דורך די קאמפּיוטערס צו מאכן דעם חשבון ווי אזוי וויילער וואס זענען אין די ענליכע קאטעגאריע, האבן געשטימט. אלס א ביישפּיל, אויב א געבילדעטער ווייסער מיטל-יעריגער מאן וואס וואוינט אין א גרעסערע שטאט האט געשריבן אז ער האט געשטימט פאר "קאנדידאט א", מאכט דער קאמפּיוטער א חשבון אז אלע וויילער וואס זענען אין די קאטעגאריע אין די זעלבע סטעיט, האבן אויך ווארשיינליך געשטימט פאר "קאנדידאט א".

דורכאויס די היסטאריע פון די עקסיט פּאלס שוין צענדליגער יארן, האט זיך דאס ארויסגעשטעלט אלס גאנץ א פארלעסליכער אנדייטער.

אין די וואלן פון 16' האט מען באטראכט דעם אנקעטע סיסטעם בכלל אלס א דורכפאל, ווייל עס האט נישט אויפגעכאפּט צייטליך די טראמפּ שטארקייט, איבערהויפּט אין די פריערדערמאנטע 3 קריטישע סטעיטס וואס זענען אריבער פון די דעמאקראטן צו אים. צוליב דעם האט די "אסאשיעיטעד פּרעס" וואס דאס איז די גרויסע נייעס ארגאנזיאציע וואס שיקט אירע באריכטן צו די צייטונגען און מידיא אינסטאנצן איבער די גאנצע וואלט, אריבער צו אן אנדערע פירמע וואס נוצט אן אנדערן סיסטעם, וואס נוצט איבער 100,000 געקליבענע וויילער, וואס אזוי מאכן זיי זייערע חשבונות. "פאקס נייעס" איז אויך אריבער צו יענע נייע פירמע. דער דיפערענץ האט זיך אנגעזען דינסטאג נאכט, וואס פאקס און "עי. פּי." האבן דערקלערט שפּעט ביינאכט אז ביידען האט געווינען די קריטישע סטעיט אריזאנא, וואס אויב טראמפּ פארלירט די 11 עלעקטארעל שטימען וואס ער האט יא געהאט אין 16' פון אריזאנא, מאכט דאס כמעט אוממעגליך פאר'ן פּרעזידענט אנצוקומען צו 270 נאכדעם ווי ער האט שוין פארלוירן מישיגען און וויסקאנסין צו ביידען, אבער בלויז פאקס און "עי.פּי." האבן געגעבן אריזאנא פאר ביידען.

גייענדיג אביסל ווייטער מיט דעם חשבון, ווען ביידען האט איבערגעשטיגן טראמפּ אין די שכנות'דיגע סטעיט נעוואדא, וואלט ער שוין געהאט די נויטיגע 270 עלעקטארעל שטימען, אבער פאקס און "עי. פּי." האבן זיך צוריקגעהאלטן פון "געבן" נעוואדא פאר ביידען. ווייזט אויס זיי האבן נישט געוואלט זיין די ערשטע צו "קרוינען" ביידען, וויסענדיג אז ער וועט נישט דערקלערן זיך אלס זיגער בלויז אדאנק זייערע שאצונגען, ווייל ביידען האט דאך שוין געוויזן אז ער איז א געדולדיגער פארזיכטיגער מענטש, ער האט צייט, ער ווייסט אז די וואלן זענען שוין פארטיג און וואס ער וועט איצט זאגן אדער טאן וועט נישט טוישן דעם וואל אויסגאנג, האט ער זיך געפירט "פּרעזידענטיש" מיט באפעלן פאר זיינע מענטשן נישט צו פייערן קיין זיג, ווייל עס וועט זיין צייט דערויף שפּעטער.

אזוי האט מען געציילט ווייטער די שפּעטע שטימען, ווי אויך די שטימען וואס קומט אריין דורך די פּאסט און עס דויערט צייט דאס אפּצוציילן, ווייל מ'מוז פארזיכטיג אלעס באקוקן, ווען אלעס ווערט באקוקט אונטער די אויפזיכט פון אומפּארטייאישע באבאכטער, און אין מערסטע פאלן האט מען אויך געלאזט איין רעפּובליקאנער און איין דעמאקראט צו "האלטן אן אויג". אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז פּענסילוועניע ווערט איצט די קריטישע סטעיט, וואס אירע 20 עלעקטארעל שטימען וועט אנטשיידן די וואלן, ווייל אויב ביידען געווינט פּענסילוועניע, קען שוין טראמפּ נישט אנקומען צו 270 אפילו אויב דאס מזל טוישט זיך אים און ער וועט יא איבעריאגן ביידען אין אריזאנא, אדער אין דזשארדזשיע, וואס אויך דאס איז געווען אן איבערראשונג ווי אזוי ביידען איז געשטאנען שטארקער פון טראמפּ דארט (דזשארדזשיע האט 16 עלעקטארעל שטימען). נארט קאראליינא איז אויך געווען אונטער א פראגע צייכן א גאנצע וואך מיט אירע 15 עלעקטארעל שטימען, כאטש טראמפּ האט דארט געהאלטן פאראויס מיט איבער 77,000 שטימען, ווייל אין די סטעיט נעמט מען אן די עבסענטי בעלאטס וואס קומען אן שפּעט ביז די וואך דאנערשטאג, נאוועמבער 12, אויב עס איז געשטעמפּעלט געווארן נישט שפּעטער ווי נאוועמבער 3.

דאס שפּעט אננעמען די עבסענטי בעלאטס, איז אויך איינע פון די זאכן וואס "גיט סחורה" פאר די טראמפּ שטיצער צו שרייען אז מען גנב'עט די וואלן, מען שווינדעלט, א.ד.ג. ווי מיר האבן אבער אנגעמערקט, איז שוין נישט קיין חילוק דער וואל אויסגאנג אין די סטעיט, ווייל אפילו אויב די 15 עלעקטארעל שטימען גייען פאר טראמפּ, ווי אויך די 3 עלעקטארעל שטימען פון אלאסקא, וואו טראמפּ האט געהאלטן דאפּעלט אזוי שטארק ווי ביידען אבער אויך דארט הויבט מען ערשט אן צו ציילן די עבסענטי בעלאטס די וואך, וועלן די 18 עלעקטארעל שטימען פון די 2 סטעיטס ארויפברענגען טראמפּ צו 232, און ביידען, אויב ער געווינט אויך דזשארדזשיע מיט אירע 16 עלעקטארעל שטימען וועט אנקומען צו 306 עלעקטארעל שטימען.

דאס איז גאנץ א שטארקער עלעקטארעל וואל זיג. 4 יאר צוריק, האט טראמפּ געהאט 306 עלעקטארעל שטימען צו 232 פאר קלינטאן. שטעלט אייך פאר אויב דאס זאל זיין דער עווענטועלער אויסגאנג פון די איצטיגע וואלן, אז עס זאל זיין פּונקט פארקערט, ממש פארקערט, ווי 4 יאר צוריק!! (אין די ענדע, האט טראמפּ באקומען בלויז 304 שטימען צו 227 פאר קלינטאן, ווען 7 עלעקטארס האבן נישט געוואלט שטימען פאר די קאנדידאטן פון זייער פּארטיי.)

לויט די אקטועלע שטימען, האט קלינטאן דאן באקומען 65,853,625 שטימען, 48 פּראצענט, צו 62,985,106 שטימען, 45.9 פּראצענט פאר טראמפּ.

אין די אקטועלע שטימען, האט שוין טראמפּ געהאלטן זונטאג נאכמיטאג ביי איבער 71 מיליאן שטימען, איבער 8 מיליאן מען ווי ער האט באקומען 4 יאר צוריק וואס ווייזט אז ער האט ארויסגעצויגן א פיל גרעסערע צאל וויילער צו שטימען פאר אים ווי די אנקעטעס האבן אויפגעכאפּט.

קיין שום פּרעזידענט קאנדידאט אין די אמעריקאנער היסטאריע האט נישט באקומען אזוי פיל שטימען ווי טראמפּ האט איצט באקומען, וואס דאס איז 47.7 פּראצענט פון אלע שטימען, מיט'ן אויסנאם פון ביידען וועלכער האט זונטאג געהאלטן ביי איבער 75 מיליאן שטימען, 50.5 פּראצענט. 4 יאר צוריק האט קלינטאן באקומען באלד 3 מיליאן שטימען מער פון טראמפּ, ביידען האט עס איצט פארגרעסערט ווען ער האט באקומען איבער 4 מיליאן מער שטימען פון טראמפּ.

(קרעדיט: די צייטונג)

פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידענ'ס נצחון רעדע

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל