אמעריקע האט אויסגעקליבן דעם דעמאקראט דזשאָו ביידען אלס דעם 46'סטער פרעזידענט, ווענדענדיג זיך אין א צייט פון נאציאנאלע קריזיס צו א מענטש וועמענ'ס כאראקטער איז געבויעט געווארן ביים דורכגיין פערזענלעכער טראגעדיע און וועלכער זאָגט צו צוריקברענגן רואיקייט און אמת נאָך דאנאלד טראמפ'ס אויסשעפנדע און ווילדע איינציגע טערמין.

אין א געשריבענער סטעיטמענט אום שבת, האָט ביידען געזאגט אז ער שפירט "באערט און הכנעה'דיג" איבער דעם צוטרוי וואָס דאָס אמעריקאנער פאָלק האָט געשטעלט אין אים.

"אין אנבליק פון אומאומפרעצעדענטירטע שטערונגען, האט א רעקארד צאל אמעריקאנער געשטימט. באווייזענדיג נאכאמאל, אז דעמאקראטיע קלאפט טיף אין אמעריקע'ס הארץ", האט בידען געזאגט. "מיט דעם קאמפיין פארענדיגט, איז צייט צו שטעלן דעם גערעגטקייט און די שווערע רעטאריק אונטער אונז און זין צעזאמקומען אלס א פאָלק".

"מיר זענען די פאראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע. און מיר קענען גאָרנישט אויפטאָן אויב מיר טוען דאָס נישט צוזאַמען".

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל