געוועזענער ענגלישער הויפּט ראבינער הרב יונתן (יעקב צבי ב"ר דוד אריה) סאַקס ז"ל, בריטישער אָרטאָדאָקסישער רב און מחבר ספרים איז נפטר געווארן דעם שב"ק אין עלטער פון 72.

ער האט געדינט אלס הויפט רב פון די פארייניגטע העברעאישע קאנגרעגאציעס פונעם קאמאנוועלט פון 1991 ביז 2013, ער האט נאכגעפאלגט הרב אימאנועל יאקאבאוויטש. ער איז נאכגעפאלגט געוואָרן דורך דער איצטיגער הויפט רב, הרב אפרים מירוויס.

ער איז געבוירן אין לאמבעט, לאנדאן, כ"ז אדר א' ה'תש"ח. זיין ערשטע ראבינישע פאסטן (1978-1982) איז געווען אלס רב פון דעם גאלדערס גרין שול אין לאנדאן. אין 1983 איז ער געווארן רב פון דער פרעסטיזשפולער שוהן אין צענטראל לאנדאן, א פאזיציע וואס ער האט פארנומען ביז 1990.

הרב סאקס איז אריינגענומען געווארן צו דינען אלס הויפט רב פון די פארייניגטע העברעאישע קאנגרעגאציעס פונעם קאמאנוועלט ימים נוראים תשנ"א.

אלס דער פירער פון דער פאראייניגטער שוהל, דער גרעסטער שוהל אין בריטאניע, איז הרב סאקס געווען פאַראַנטוואָרטליך פאר איבער 60 ארטאדאקסישע שוהלן אין בריטאניע.

הרב סאקס איז געקרוינט געווארן אלס א "בּאַראָן" סיון תשס"ה אין אַנערקענוג "פאַר זיין דינסט צו די קאמיוניטי". ער האט געשריבן כמעט דרייסיג ספרים און ביגער - מערערע פון זיי "בעסט-סעלערס". ער איז געווען א באקאנטער שתדלן און דיפלאמאט המקורב למלכות, א כאריזמאטישער מענטש, א ריכטיגער פה מפיק מרגליות וואס האט געהאלטן דעם עולם צוגעשמידט צו זיינע רעדעס.

הרב סאקס איז אין אקטאבער דיאגנאזירט געווארן מיט קענסער.

זיין לויה וועט פארקומען זונטאג אין לאָנדאָן.

חבל על דאבדין. יהי זכרו ברוך.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל    

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל