צוליב א פרישע העכערונג פון קאראנעווירוס פעלער אין אנטווערפן, האט די בעלגישע רעגירונג ארויסגעלייגט עטליכע רעגולאציעס און א לאַקדאַון וועלכע וועט (בעז"ה) העלפן אראפברענגען די צאל נייע פעלער. די נייע גיידליינס וועט שטעלן א לאַקדאַון פאר די קומענדיגע זעקס וואכן, אנגעהויבן פון היינט (מאנטאג) ווי אויך וועט די נייע רעגולאציעס פארבאטן מער ווי 4 מתפללים צו דאווענען אויפאמאל. די רעגולאציעס האט נישט געגעבן פיל אפציעס פאר די פשעווארסק'ע חסידים.

אין א צעטיל וועלכע איז געווארן ארויסגעלייגט צו דער פובליק, בעטן די גבאים "בכל לשון של בקשה", אז אלע מתפללים זאלן אהיים נעמען זייערע טלית און תפילין צוליב וואס די בית המדרש ווערט אפגעשפארט, ווי אויך אז קיינער זאל נישט פרובירן צו מאכן קיין שפיצלעך אדער דריידלעך, ווייל דאס קען שאפן פיל עגמות נפש פאר די בית המדרש.

די נייע לאקדאון טוט אויך פארבאטן פאר סיי וועם זיך צו דרייען אויף די גאס צווישן 12 אזייגער ביינאכט און 6 אזייגער פארטאגס, ווי אויך זענען געשעפטן פארבאטן פון זיין אפען דורכאויס די שטונדן, אויסער לעבנס-וויכטיגע געשעפטן, ווי גראסערייען וכדו'. 

ביזדערווייל, איז היינט פארגעקומען א יום תפילה און אנטווערפן, ווי די לאקאלע אידן האבן אויסגעזאגט אויפ'ן טעלעפאון א יום תהילים און באקומען ווארימע דברי חיזוק פון אב"ד מחזיקי הדת (הר"ר אהרן שיף שליט"א).

פשעווארסק: נעמט אייער טלית און תפילין

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל