ווידעא געשיקט צו די אידישע הויפן אפטיילונג (
וויליאמסבורג - דורכאויס א סעודה הושע בן בארי די וואך האט זיך ר' ליפא טייטלבוים - די ברידער פון ביידע סאטמאר'ע רבי'ס - אויפגעשטעלט, און זיך באדאנקט פאר די פולע הילף וואס מען האט געטאן פאר אים און זיין פאמיליע אינדערצייט וואס ער איז געליגן אין א קריטישע צושטאנד ליידנדיג פון קאראנע.
ר' ליפא (אב"ד זענטא) איז געווען שטערבליך קראנק ארום פסח צייט און איז נישט געווען ביים באוואוסטזיין פאר עטליכע וואכן.
ביי די דרשה האט ער זיך ספעציעל באדאנקט פאר זיין רעביצין, סאטמאר רבי (מהרז"ל) און חברה הצלה וועלכע האט אים געטאן אסאך חסד דורכאויס זיין שווערע אריבערגאנג.
הוסף רשומת תגובה